פֿרײַטיק אויף דער נאַכט, קומען די תּושבֿים פֿון נאַבוגויע, אַ דאָרף אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון אוגאַנדע, אין זייער שיל אַרײַן צו פּראַווען קבלת־שבת. מענער, פֿרויען און קינדער זאָגן תּהילים, קלאַפּן מיט די הענט און טאַנצן אינעם קליינעם פֿינצטערן צימער; אַ טייל פֿון זיי שפּילן אויף גיטאַרעס און פּויקן. דער נוסח פֿון דער שיל איז אַ קאָנסערוואַטיווער.
אַ אַנדער קליין שילעכל געפֿינט זיך אין אַן אַנדער דאָרף — פּוטי. דאָרטן דאַוונט מען לויטן אָרטאָדאָקסישן נוסח. אַ טייל מענער לייגן תּפֿילין און אַ סימבאָלישע מחיצה טיילט אָפּ די ליידיקע עזרת־נשים. ביז לעצטנס, האָבן ביידע ייִדישע גרופּעס מיט זיך פֿאָרגעשטעלט איין קהילה. בסך־הכּל, וווינען אין אוגאַנדע בערך 2,000 מענטשן, באַקאַנט ווי אַבאַיודאַיאַ, וואָס האַלטן זיך שוין בערך 100 יאָר פֿאַר ייִדן.
אינעם יאָר 2002, האָבן אַ סך מיטגלידער פֿון דער דאָזיקער קהילה זיך מגייר געווען דורך אַ קאָנסערוואַטיוון בית־דין. גרשון סיזאָמו, דער אָרטיקער רבֿ, וועלכער האָט זיך געלערנט אין אַמעריקע, האָט באַטאָנט, אַז זיי זענען געווען פֿון אָנהייב אָן ייִדן; דאָס פֿאָרמעלע גיירות האָט בלויז באַשטעטיקט זייער סטאַטוס. סיזאָמיס שוועסטערקינד, אנוש קעקי־מאַניאַ, האָט אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס ישׂראלדיקע אָפֿיציעלע רבנות אָנערקענט נישט דעם קאָנסערוואַטיוון גיור, און האָט אָרגאַניזירט אַן אייגענע גרופּע, וועלכע האָט זיך מגייר געווען אויפֿן אָרטאָדאָקסישן שטייגער און אַוועקגעפֿאָרן פֿון נאַבוגויע קיין פּוטי אינעם יאָר 2003. זינט דעמאָלט, האָט זיך אָנגעהויבן אַ מחלוקת צווישן די צעטיילטע צווײַגן פֿון די אַבאַיודאַיאַ.
סיזאָמו באַזוכט נישט מער די שיל אין פּוטי, וואָס אירע מיטגלידער פֿאָרן מער נישט אויף יום־טובֿים אין זייער היים־דאָרף, נאַבוגויע. די קאָנסערוואַטיווע קהילה קריגט שטיצע פֿון אַמעריקע און ישׂראל, ווי אויך פֿון דער ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע „כּולנו‟. נישט געקוקט אויף דעם, בלײַבן ס׳רובֿ אָרטיקע ייִדן, אַרײַנגערעכנט זייער רבֿ, אָרעמע פּויערים.
די אָרטאָדאָקסישע קהילה אין פּוטי קריגט אויך שטיצע פֿון אויסלאַנד. דערווײַל, האָבן בלויז אַ קליינע צאָל פֿון די מתפּללים זיך מגייר געווען כּהלכה. בערך אַ 100 פֿון זיי גרייטן זיך איצט צום גיור און פּלאַנירן אַוועקצופֿאָרן קיין ישׂראל. דער ישׂראלדיקע רבֿ שלמה ריסקין האָט שוין צוויי מאָל באַזוכט פּוטי, געבראַכט צוויי אָרטיקע תּושבֿים אין זײַן ישיבֿה, און האָט זיי מגייר געווען. די משפּחה פֿונעם קהילה־מנהיג, מאַניאַ, האָט זיך אויך מגייר געווען מיט ריסקינס הילף.
די פּראָבלעם באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס הגם ריסקין איז אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ, זענען זײַנע גרים אויך נישט אָנערקענט אין ישׂראל, ווײַל ער איז נישט אַ פֿאָרשטייער פֿונעם אָפֿיציעלן רבנות. ריסקין האָפֿט אָבער, אַז די נײַע גיור־געזעצן, וואָס די כּנסת פּלאַנירט צו באַטראַכטן שפּעטער הײַיאָר, וועלן אים דערמעגלעכן צו באַשטעטיקן דעם געזעצלעכן סטאַטוס פֿון די אוגאַנדער ייִדן.
סיזאָמו האָט באַטאָנט, אַז זײַן גרופּע וויל נישט געהערן צו וועלכער־ניט־איז קאָנקרעטער ייִדישער גרופּע. נישט געקוקט אויפֿן געוויסן שײַכות צו דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, ווילן זיי בלײַבן אַן אוניקאַלע אַפֿראָ־ייִדישע קהילה. דער רבֿ האָט געטענהט, אַז די אַבאַיודאַיאַ האָבן זיך צעשפּאָלטן צוליב די פֿרעמדע אויסלענדישע סיכסוכים, אין וועלכע ער וויל זיך נישט אַרײַנמישן. „מיר דאַרפֿן מיט קיינעם זיך נישט פֿאַרמעסטן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.