26 מיליאַרד דאָלאַר פֿון חסד־געלטער

Kurt Hoffman

פֿון דזשאָש נייטאַן־קייציז (Forward)

Published March 25, 2014, issue of April 11, 2014.

דער „Forward‟ האָט אַנאַליזירט די שטײַער־אינפֿאָרמאַציע פֿון מער ווי 3,600 ייִדישע חסד-אָרגאַניזאַציעס און דורכגעפֿירט די גרעסטע פֿאָרשונג פֿון די ייִדישע נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציעס. ביז הײַנט, האַָט מען קיינמאָל נישט באַטראַכט די דאָזיקע פֿינאַנציעלע נעץ פֿון אַזאַ ברייטן קוקווינקל. דער אַנאַליז האָט אויפֿגעדעקט גאַנץ חידושדיקע און סתּירותדיקע פֿאַקטן.

קודם־כּל, האָט די פֿאָרשונג פֿונעם „Forward‟ באַשטעטיקט, אַז די אַמעריקאַנער סיסטעם פֿון ייִדישע נישט־קאָמערציעלע קהילה־אָרגאַניזאַציעס פֿאָקוסירן זיך, בסך־הכּל, מער אויפֿן שטיצן ישׂראל ווי אויף די אינערלעכע צוועקן. אינעם חשבון האָט מען נישט גענומען אין באַטראַכט די שילן און אַנדערע אַנשטאַלטן, וואָס מוזן נישט באַצאָלן שטײַערן, צוליב זייער שײַכות צו רעליגיע. אָבער, אַפֿילו אָן דעם דאָזיקן וויכטיקן סעקטאָר, האָבן די ייִדישע שולן, פֿעדעראַציעס, מעדיצינישע און סאָציאַלע אָרגאַניזאַציעס, פּראָ־ישׂראלדיקע גרופּעס, ווי אויך קולטורעלע און אַקטיוויסטישע פֿאַרבאַנדן, דערמאָנט אין זייערע דאָקומענטן אַ ריזיקע אַלגעמיינע סומע פֿון 26 מיליאַרד דאָלאַר.

דאָס איז, צום בײַשפּיל, מער ווי דער גאַנצער קאַפּיטאַל פֿון דער „סענדס־קאָרפּאָראַציע‟ אין לאַס־וועגאַס, וואָס פֿירט אָן מיט ריזיקע קאַזינאָ־געשעפֿטן איבער דער גאָרער וועלט. אַזאַ גרויסער סומע קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיטן פֿאַרמעגן פֿון דער מעדיאַ־פֿירמע „CBS‟, מיט אירע 29 טעלעוויזיע־סטאַנציעס און 126 ראַדיאָ־קאַנאַלן.

אין די קומענדיקע וואָכן, וועט דער „Forward‟ פֿאַרעפֿנטלעכן אַ סעריע אַרטיקלען, וווּ מע וועט דערקלערן פֿאַרשיידענע רעזולטאַטן פֿון דער איצטיקער פֿאָרשונג. עריק פֿלײַש, אַ פֿאָרשער פֿונעם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, וועלכער האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָראַט וועגן דעם, ווי אַזוי די ייִדישע קהילות אין אַמעריקע שטיצן ישׂראל, האָט באַטאָנט, אַז ס׳איז שווער אויסצוגעפֿינען גענוי, וואָס ס׳טוט זיך אין דער גרויסער וועלט פֿון ייִדישע שטײַערלאָזיקע אָרגאַניזאַציעס; אָפֿטמאָל קאָן מען זיך בלויז משער זײַן, ווי אַזוי זייערע אינערלעכע מעכאַניזמען פֿונקציאָנירן. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז נישט געקוקט אויף דער באַקאַנטער רעטאָריק וועגן דער וויכטיקייט פֿון דער ייִדישער בילדונג, בלײַבט די שטיצע פֿון ישׂראלדיקע ענינים די גרעסטע.

דער ריזיקער אַפּאַראַט פֿון ייִדישע נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציעס נייטיקט זיך אין גרויסע הוצאות — אַרום 2.3 מיליאַרד דאָלאַר אַ יאָר. אַ סך געלט קומט צו זיי פֿון דער אַמעריקאַנער פֿעדעראַלער רעגירונג, ווי אויך פֿון די אָרטיקע רעגירונגען, וואָס גיבן כּסדר פֿיל־מיליאָניקע סובסידיעס.

דער אַנאַליז איז באַגרינגעט אויף די דאָקומענטן פֿון נישט־רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס פֿונעם יאָר 2012, וואָס זענען נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דורכן שטײַער־דינסט „IRS‟. יונתן סאַרנאַ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע בײַם בראַנדײַס אוניווערסיטעט האָט דערציילט, אַז זינט דעם סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, ווען די ערשטע ייִדישע קהילה־פֿעדעראַציעס זענען געשאַפֿן געוואָרן אין באָסטאָן און אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט, האָט די קהילה־נעץ זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ גאָר קאָמפּליצירטער פֿינאַנציעלער אימפּעריע. די איצטיקע פֿאָרשונג האָט אויפֿגעוויזן, אַז הגם אַלץ מער עשירים גיבן געלט אויף אַ דירעקטן אופֿן, אָן קיין פֿאַרמיטלער, פֿאַרנעמען די קהילה־אָרגאַניזאַציעס נאָך אַלץ דאָס דאָמינירנדיקע אָרט אין דער דאָזיקער ריזיקער נעץ.