ס׳רובֿ יוגנטלעכע ישׂראלדיקע ייִדן האַלטן זיך פֿאַר ציוניסטן

Most Jewish Israeli Teens Identify as Zionist

אַ גרופּע ישׂראלדיקע יונגע־לײַט פֿון דער נאַציאָנאַלער סקויטן־באַוועגונג
אַ גרופּע ישׂראלדיקע יונגע־לײַט פֿון דער נאַציאָנאַלער סקויטן־באַוועגונג

פֿון ייִט״אַ און אַנדערע נײַעס־קוואַלן

Published March 27, 2014, issue of April 11, 2014.

בערך 70% פֿון די ייִדישע דערוואַקסלינגען אין ישׂראל באַצייכענען זיך ווי ציוניסטן, און 89% אידענטיפֿיצירן זיך ווי ישׂראלים, לויט אַן אַנקעטע, דורכגעפֿירט פֿונעם „ציוניסטישן ראַט‟ אין ישׂראל.

די רעזולטאַטן זענען געמאָלדן געוואָרן די וואָך בעת דעם 33סטן צוזאַמענפֿאָר פֿונעם „נאַציאָנאַלן ציוניסטישן יוגנט־קאָנגרעס‟ אין גוש־עציון, האָט איבערגעגעבן די „דזשערוסאַלעם פּאָסט‟.

די אַנקעטע האָט מען דורכגעפֿירט צווישן 501 העברעיִש־רעדנדיקע יונגע לײַט צווישן 15 און 18 יאָר אַלט, דורך אַ פֿרעגבויגן אויף דער אינטערנעץ, און האָט אַנטדעקט, אַז 76% האָבן בדעה זיך צו פֿאַרשרײַבן אין צה״ל, כאָטש ס׳איז געווען אַ ממשותדיקער אונטערשייד צווישן די בחורים און מיידלעך: 92% פֿון די בחורים פּלאַנירן צו דינען אין צה״ל, אין פֿאַרגלײַך מיט 60% מיידלעך.

בלויז 10% האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן נישט בדעה צו דינען אין מיליטער בכלל; 14% וואָלטן גיכער געטאָן שירות לאומי, אָדער נאַציאָנאַלע דינסט.

85% פֿון די יונגטלעכע האָבן געזאָגט, אַז זיי וואָלטן נישט געשטימט צו צעטיילן ירושלים, אַפֿילו אויב דאָס וואָלט געקאָנט גורם זײַן אַ דויערנדיקן שלום מיט די פּאַלעסטינער. די אַנקעטע האָט אויך אַנטדעקט, אַז 10% פֿון דער יוגנט, און 25% פֿון די סעקולערע באַטייליקטע, וואָלטן געוואָלט וווינען אין אויסלאַנד.

צווישן די אַנדערע פּרטים, וואָס די אַנקעטע האָט אָנגעוויזן: 92% פֿון די בחורים האָבן געלייענט פֿון דער תּורה לכּבֿוד זייער ווערן בר־מיצווה; 87% עסן די שבתדיקע מאָלצײַטן מיט זייערע משפּחות; 67% מאַכן שבת קידוש, און 60% עסן אָדער באַמיִען זיך צו עסן אין כּשרע רעסטאָראַנען.