דער באַרימטער ייִדישער היסטאָריקער שמעון דובנאָװ האָט אָנגעהױבן זײַן קאַריערע אין די 1880ער יאָרן װי אַ ליטעראַטור־קריטיקער פֿאַר דער רוסישער צײַטשריפֿט „װאָסכאָד‟ („אױפֿגאַנג‟). זײַן ערשטע היסטאָרישע פֿאָרשונג איז געװען די געשיכטע פֿון חסידות, װאָס ער האָט פֿאַרעפֿטנלעכט אין המשכים אין דער זעלבער צײַטשריפֿט צװישן די יאָרן 1888 און 1893. שפּעטער האָט ער די דאָזיקע געשיכטע איבערגעאַרבעט און אַרױסגעגעבן אױף העברעיִש אין 1930, אָבער דער רוסישער אָריגינאַל איז פֿאַרבליבן בלױז אין דער צײַטשריפֿט־פֿאָרעם. איצט, העכער 120 יאָר נאָך דער אָריגינעלער פּובליקאַציע, איז דאָס דאָזיקע װערק צום ערשטן מאָל אַרױס װי אַ בוך אױף רוסיש אינעם פֿאַרלאַג „גשרים‟ (מאָסקװע/ירושלים).
דובנאָװ האָט געאַרבעט איבער דער געשיכטע פֿון חסידות אין דער צײַט, װען ער האָט אַלײן איבערגעלעבט אַ טיפֿן גײַסטלעכן קריזיס. ער איז אַראָפּ פֿונעם טראַדיציאָנעלן שטײגער פֿון ייִדישקײט און האָט געזוכט נײַע דרכים. װי עס באַמערקט דער רעדאַקטאָר פֿון דער איצטיקער אױסגאַבע פּראָפֿעסאָר אליהו לוריא: „אַ סבֿרה, אַז דובנאָװ האָט געזוכט אין זײַנע היסטאָרישע שטודיעס אַן אַנדערן מין ייִדישקײט: אַ רײַכע און אָריגינעלע טראַדיציע, װאָס איז אַנדערש פֿונעם דערעסענעם סטאַטעטשנעם שטײגער פֿון זײַן מתנגדישער סבֿיבֿה‟. אַזױ אַרום האָט דובנאָװ באַטאָנט דעם אונטערשייד צווישן דעם דעמאָקראַטישן, לײַדנשאַפֿטלעכן און לעבעדיקן חסידות דעם קאַלטן, פֿאָרמעלן און פֿאַרגליװערטן גלױבן פֿון מתנגדים, װאָס ער האָט גוט געקענט פֿון זײַן אײגענער ליטװישער משפּחה.
דובנאָװ האָט ניט באַקומען קײן סיסטעמאַטישע אַקאַדעמישע בילדונג אין היסטאָרישע שטודיעס, אָבער ער איז געװען זײער אָנגעלײענט אין פֿאַרשידענע שפּראַכן. אַ שטאַרקע השפּעה אױף זײַן געדאַנקענגאַנג האָט געהאַט דער באַקאַנטער פֿראַנצױזישער היסטאָריקער ערנסט רענאַן. רענאַנס ביאָגראַפֿישע שטודיע „דאָס לעבן פֿון יעזוסן‟ איז געװען זײער פּאָפּולער אין אײראָפּע, אָבער די רוסישע קריסטלעכע צענזור האָט דאָס דאָזיקע בוך פֿאַרװערט צוליב זײַן פֿרײַדענקערישן קוק אױפֿן גרינדער פֿון קריסטנטום. דובנאָװ האָט זיך באַנוצט מיט רענאַנס בעלעטריסטישן מעטאָד, כּדי צו שילדערן לעבעדיקע פּסיכאָלאָגישע פּאָרטרעטן פֿון די אָבֿות פֿון חסידות. ער האָט פֿאָרגעשטעלט דעם בעל־שם־טובֿ און זײַנע תּלמידים לױטן מוסטער פֿון יעזוסן און זײַנע אַפּאָסטאָלן װי די גרינדער פֿון דער נײַער שיטה פֿון ייִדישקײט. אָבער די װײַטערדיקע אַנטװיקלונג פֿון חסידות האָט ער פֿאָרגעשטעלט װי אַ מאָראַלישע און גײַסטלעכע ירידה, אַ קאַמף פֿאַר מאַכט און עשירות, פּונקט אַזױ װי רענאַן האָט אױסגעטײַטשט די געשיכטע פֿון דער קריסטלעכער קירך אין דער רױמישער אימפּעריע.
לױט דובנאָװן, האָט דער בעש״ט געשעפּט זײַן גײַסטלעכע יניקה פֿון דער אַרומיקער נאַטור און פֿונעם פּראָסטן פֿאָלק. דאָס בוך „שבֿחי הבעש״ט‟ איז פֿאַר דובנאָװן אַ מין „יעװאַנגעליום פֿון חסידות‟, אַ קוואַל פֿון װוּנדער־מעשׂיות װעגן דעם הײליקן צדיק. אַזױ װי יעזוס בײַ רענאַנען, װערט די געשטאַלט פֿונעם בעש״ט צעשפּאָלטן אויף צװײען: די רעאַלע היסטאָרישע פּערזענלעכקײט און דער מיטאָלאָגישער העלד פֿון מעשׂיות און לעגענדעס, װאָס איז אַ פּראָדוקט פֿונעם קאָלעקטיװן פֿאָלקסטימלעכן כּוח־הדמיון. די פּאָזיטיװע אָפּשאַצונג פֿונעם בעש״ט איז געװען דובנאָװס חידוש, דער היפּוך צו דעם ביטולדיקן קוק פֿון די היסטאָריקער פֿון דער דײַטשישער שיטה פֿון „װיסשאַפֿט דעס יודענטומס‟, װאָס האָבן געהאַלטן דעם בעש״ט פֿאַר אַ שאַרלאַטאַן און שװינדלער.
דובנאָװס קאָנצעפּציע פֿון חסידות איז געװען ניט פֿרײַ פֿון אינעװײניקסטע סתּירות, באַמערקט לוריא. פֿון אײן זײַט, האָט דובנאָװ באַטאָנט דעם פּאָזיטיװן, פֿאָלקסטימלעכן מהות פֿון דער נײַער חסידישער באַװעגונג, אָבער װי אַ משׂכּיל, האָט ער געקוקט פֿון אױבן אַראָפּ אױף די עם־הארצישע מאַסן. דער קריטישער טאָן װערט בולטער אין זײַן אָפּשאַצונג פֿון דער װײַטערדיקער אַנטװיקלונג פֿון חסידות אױף דער שװעל פֿונעם 19טן יאָרהונדערט.
דובנאָװ זעט די סיבה פֿון דער גײַסטלעכער ירידה אינעם „פּראַקטישן‟ קוק אױפֿן צדיק װי אַ באַזאָרגער פֿון זײַנע חסידים מיט מאַטעריעלע גוטס. אָבער די דאָזיקע קריטיק איז געװאָרן װײכער אינעם שפּעטערדיקן העברעיִשן נוסח פֿונעם בוך. אין די 1880ער–1890ער יאָרן איז דער יונגער דובנאָװ געװען אַ הײסער קעגנער פֿון די צדיקים, װעלכע האָבן געשפּילט אַ חשובֿע ראָלע אינעם לעבן פֿון רוסישן ייִדנטום. אָבער אין די 1930ער יאָרן איז דער דאָזיקער קאַמף שױן געװען פֿאַר אים ניט אַקטועל.
דובנאָװס געשיכטע פֿון חסידות האָט פֿאַרלײגט דעם יסוד פֿאַר אַ גאַנצער בראַנזשע אין דער ייִדישער געשיכטע, הגם די הײַנטיקע היסטאָריקער זײַנען ניט מסכּים מיט אײניקע אָפּשאַצונגען זײַנע. מען זוכט װאָרצלען פֿון חסידות ניט נאָר אין דער ייִדישער סבֿיבֿה, נאָר אױך אין די אַרומיקע סאָציאַל־עקאָנאָמישע באַדינגונגען פֿון פּױלן און רוסלאַנד. מען האַלט מער ניט בײַ דער דעה, אַז חסידות איז געװען אַ מין גײַסטלעכע אָדער סאָציאַלע רעװאָלוציע אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. פֿון סאַמע אָנהײב אָן איז חסידות געװען טיף אײַנגעװאָרצלט אין דער ייִדישער טראַדיציע; אָבער אַזױ אָדער אַנדערש בלײַבט דובנאָװס שטודיע דער אױסגאַנג־פּונקט פֿאַר אַלע װײַטערדיקע פֿאָרשונגען אין דעם געביט פֿון דער חסידישער געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.