אויס זאָרג וועגן דער ירידה פֿון דער אָרטיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג, האָט די ייִדישע פֿעדעראַציע אין וויניפּעג, קאַנאַדע, געגרינדעט אַ קאַמפּאַניע מיט 13 יאָר צוריק צו ווערבירן ייִדן פֿון אויסלאַנד — צום גרעסטן טייל, פֿון די אָנגעווייטיקטע ערטער אין דרום־אַמעריקע, בפֿרט אַרגענטינע, וווּ עס האָט דעמאָלט געבושעוועט אַן עקאָנאָמישער קריזיס. נאָך אַ באַזוך פֿון די פֿעדעראַציע־פֿירער קיין בוענאָס־אײַרעס אין 2001, האָבן צענדליקער אַרגענטינער ייִדישע משפּחות זיך טאַקע באַזעצט אין וויניפּעג.
אין גיכן האָבן אָבער אָנגעהויבן אָנקומען אַ סך מער ייִדן פֿון אַן אומגעריכט אָרט: מדינת־ישׂראל. זינט דער גרינדונג פֿון דער פּראָגראַם, GrowWinnipeg אין אָקטאָבער 2001, זענען בערך 80% פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן געקומען פֿון ישׂראל, ס׳רובֿ פֿון זיי — רוסיש־רעדנדיקע סעקולערע ייִדן. אין 2013, זענען מער ווי 300 פֿון די 338 נײַע ייִדן געווען אימיגראַנטן פֿון ישׂראל.
הגם די נײַע אײַנוווינער האָבן טאַקע פֿאַרגרעסערט די אָרטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג, האָט עס נישט פֿאַרקלענערט די זאָרג וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער קהילה.
„די רוסיש־רעדנדיקע ישׂראלים זענען ווייניק אַקטיוו אינעם סינאַגאָגע־לעבן אָדער אין דער ייִדישער קהילה בכלל,‟ האָט דערקלערט אײַען סטאַנילאָוו, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון „עדת שערי צדק‟, די גרעסטע שיל אין וויניפּעג. „מיר האָבן זיי צוגעזאָגט מיטגלידערשאַפֿט פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, אָבער עס זעט אויס, אַז זיי האָבן נישט קיין אינטערעס צו ווערן מיטגלידער, אָדער זיך אויסצולעבן אויף אַ ייִדישן שטייגער.‟
די צאָל מיטגלידער אין דער קאָנסערוואַטיווער שיל איז געפֿאַלן מיט כּמעט 10% במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר. בלויז 2־3 רוסיש־ייִדישע משפּחות האָבן זיך אָנגעשלאָסן, האָט סטאַנילאָוו געזאָגט.
די באַאַמטע בײַ דער פֿעדעראַציע טענהן אָבער, אַז די קאַמפּאַניע GrowWinnipeg האָט יאָ מצליח געווען, ווײַל די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געשטיגן פֿון 13,000 ביז 16,000 נפֿשות. „אונדזער קהילה איז אַ סך מער אָפּטימיסטיש־געשטימט ווי זי איז געווען מיט 20 יאָר צוריק,‟ האָט באַמערקט באָב פֿרידמאַן, דער פֿינאַנציעלער שעף פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע אין וויניפּעג.
די צאָל תּלמידים אין דער איינציקער ייִדישער טאָגשול אין וויניפּעג, די „גריי אַקאַדעמיע‟, איז אויך געשטיגן. אין 2001 האָבן זיך דאָרט געלערנט 485 קינדער; הײַנט לערנען זיך דאָרט 600, און 20% פֿון זיי זענען פֿון רוסיש־ישׂראלדיקע משפּחות. ראָרי פּאָל, דער שול־דירעקטאָר, זאָגט, אַז די אימיגראַנטן האָבן צוגעגעבן דער שול אַ ספּעציעלן כאַראַקטער און האָבן באַקענט די קאַנאַדער תּלמידים מיט נײַע שפּראַכן און קולטורן.
די עלטערן פֿון די ישׂראלדיקע תּלמידים האָבן אָבער אויך שטאַרק געדריקט אויף דער שול־פֿאַרוואַלטונג צו פֿאַרבײַטן אַ טייל פֿון די ייִדישע לימודים מיט סעקולערע שטודיעס, און דערצו האָבן די שׂכר־לימוד סובסידיעס, וואָס מע טיילט זיי אויס, געשאַפֿן פֿינאַנציעלע שוועריקייטן פֿאַר דער שול, האָט פּאָל צוגעגעבן.
לכתּחילה האָט מען געהאָפֿט, אַז נאָך דעם ווי די אימיגראַנטן וועלן זיך אײַנאָרדענען אין זייער נײַער היים, וועלן זיי שוין אַליין קענען באַצאָלן דעם שׂכר־לימוד, האָט פּאָל געזאָגט. דער רעזולטאַט איז אָבער גאָר אַן אַנדערער: ערשטנס, לערנען זיך ס׳רובֿ פֿון די קינדער אין דער ייִדישער טאָגשול בלויז עטלעכע יאָר, און דערנאָך פֿירן די עלטערן זיי אַריבער אין אַנדערע שולן, ווײַל זיי זענען נישט באמת פֿאַראינטערעסירט אין אַ פֿאָרמעלער ייִדישער בילדונג. צווייטנס, ווען די אימיגראַנטישע עלטערן זענען יאָ גענוג מצליח אין דער קאַריערע צו באַצאָלן דעם שׂכר־לימוד, פֿאַרלאָזן זיי די שטאָט בכלל צוליב בעסערע שטעלעס.
„במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָבן 20 משפּחות, און דערבײַ — 30 תּלמידים, זיך אַרויסגעצויגן פֿון וויניפּעג צוליב אַרבעט,‟ האָט פּאָל געזאָגט. „וווּ איז דער דאַנק פֿאַרן גאַנצן געלט, וואָס וויניפּעג האָט אינוועסטירט אין זיי במשך פֿון זייערע ערשטע 5־8 יאָר דאָ?‟
אַ סך ייִדישע אײַנוווינער דאָ זאָגן, אַז די אימיגראַנטן פֿון אַרגענטינע, בראַזיל, טשילע און מעקסיקע האָבן זיך גלײַך אָנגעשלאָסן אין דער ייִדישער קהילה און אין די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס, בעת די ישׂראלים, ס׳רובֿ פֿון זיי — רוסיש־רעדנדיקע, זענען בדרך־כּלל סעקולער און ווייניק פֿאַראינטערעסירט אינעם ייִדישן קהילה־לעבן, מחוץ אַ יום־העצמות־ אָדער פּורים־פֿײַערונג פֿון צײַט צו צײַט.
נישט געקוקט אויף דעם קאַלטן קלימאַט אין וויניפּעג ווינטערצײַט, און די אומעטומיקע מאָסקיטן זומערצײַט, איז וויניפּעג אַ געראָטן אָרט פֿאַר נײַע אײַנוווינער: די אָרטיקע עקאָנאָמיע איז די פֿערט־גרעסטע אין קאַנאַדע, און די פּראָווינץ מאַניטאָבע זוכט מיט אַ ליכט אויסגעשולטע אימיגראַנטן, וועלכע זענען גרייט זיך אויסצולערנען ענגליש און צוצופּאַסן צו נײַע באַדינגונגען.
בײַ פּריסילאַ קער האַטיי, אַן אַקופּונקטור־ספּעציאַליסטין, וועלכע האָט אימיגרירט פֿון סאַאָ־פּאַאָלאָ מיט זיבן יאָר צוריק, איז די שענסטע זאַך וועגן וויניפּעג געווען די זיכערהייט. אין בראַזיל איז אירער אַ גוטער פֿרײַנד דערמאָרדעט געוואָרן בלויז עטלעכע גאַסן פֿון איר שטוב; איר טאַטן האָט מען שוין צוויי מאָל „געקידנעפּט‟, און זי אַליין האָט מען שוין באַראַבעוועט דרײַ מאָל. „אין פֿאַרגלײַך מיט אונדזער לעבן אין בראַזיל, איז וויניפּעג ממש אַ גן־עדן,‟ האָט זי געזאָגט.
מישאַ כאַנין, אַן אימיגראַנט פֿון באר־שבֿע, איז אויך דאַנקבאַר דער וויניפּעגער ייִדישער קהילה. „איך בין געקומען אַהער מיט אַבסאָלוט גאָרנישט,‟ האָט כאַנין, וועלכער האָט עולה געווען קיין ישׂראל פֿון אוקראַיִנע אין 1991, באַמערקט. „זינט מײַן קומען אַהער האָב איך דערציילט מײַנע פֿרײַנד אין ישׂראל אויף ווי ווײַט די קהילה האָט מיר געהאָלפֿן, און אַ סך פֿון זיי האָבן זיך שוין אויך באַזעצט דאָ. ס׳איז באמת אַן אויסערגעוויינטלעך אָרט צו וווינען.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.