ווען מינאַ יודיצקאַיאַ דערציילט וועגן איר שול־תּלמיד, דאָס קליינע ייִגנל מיטן נאָמען וולאַדימיר פּוטין, אינעם יאָר 1969, און וועגן דער באַגעגעניש מיטן רוסלענדישן פּרעזידענט אינעם יאָר 2005, מאַכט זיך אַן אײַנדרוק, אַז זי רעדט וועגן צוויי אינגאַנצן אַנדערע מענטשן.
דער קליינער פּוטין איז געווען אַ שטילער און פֿלײַסיקער שילער, זיכער אַ קלוגער און אַ געראָטענער, אָבער נישט עפּעס אַן אויסגעצייכנטער. אין זײַנע שול־יאָרן, האָט דער צוקונפֿטיקער פּרעזידענט זיך נישט אונטערגעשיידט פֿון די אַנדערע קינדער. הײַנט איז ער אָבער דער כאַריזמאַטישער פֿירער פֿון רוסלאַנד, און האָט זי אַפֿילו פֿאַרבעטן אינעם האָטעל „דוד המלך‟ בעת זײַן וויזיט קיין ירושלים, כּדי אויסצוטרינקען מיט איר אַ גלאָז טיי, אָפּעסן און דערנאָך קויפֿן פֿאַר איר אַ דירה אינעם צענטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ.
יודיצקאַיאַ, איצט אַ 93־יאָריקע באָבעטשקע, איז לעצטנס געוואָרן פּאָפּולער אין ישׂראל ווי די געוועזענע לערערין פֿונעם מענטש, וועלכער האָט אַנעקסירט דעם האַלב־אינדזל קרים און אָנגעהויבן איינעם פֿון די שאַרפֿסטע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿליקטן אין אייראָפּע נאָך דער „קאַלטער מלחמה‟. זי האָט מיט מיר געשמועסט אינעם גאַסט־צימער פֿון איר דירה, פּוטינס מתּנה, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון דער ים־פּלאַזשע.
בעת אונדזער באַגעגעניש, האָט זיך אויף דעם טעלעוויזיע־עקראַן באַוויזן אַ פֿראַגמענט פֿון אַן אַנדער שמועס מיט איר, פֿילמירט פֿאַרן ישׂראלדיקן רוסישן קאַנאַל. ווען פּוטין אין געווען 17 יאָר אַלט און זיך געלערנט אין אַ פּעטערבורגער מיטל־שול, איז זי געווען זײַן לערערין פֿון דײַטשיש. זי געדענקט, אַז ער האָט ליב געהאַט אירע לימודים, אָבער פֿלעגט איגנאָרירן די היים־אַרבעט, ווײַל ער איז געווען דעמאָלט פֿאַרנומען מיטן דזשודאָ־געראַנגל. איינמאָל האָט זי באַמערקט, אַז ער שרײַבט אויף דײַטשיש אין זײַן נאָטיץ־בוך פֿאַר כעמיע. פּוטין איז געווען אַ פּשוטער, געוויינטלעכער בחור.
ווען פּוטין האָט באַזוכט ירושלים מיט נײַן יאָר צוריק, אין שײַכות מיטן 60סטן יאָרטאָג פֿון נצחון איבער די נאַציס, האָט די רוסלענדישע רעגירונג געוווּסט, אַז זי וווינט אין תּל־אָבֿיבֿ. דער פּרעזידענט האָט זי אײַנגעלאַדן אינעם האָטעל און אָנגעהויבן אַ וואַרעמען און פּשוטן שמועס. זי האָט באַמערקט, אַז איין מידה האָט זיך בײַ אים נישט געביטן: איר געוועזענער תּלמיד האָט זי צוגעהערט מיט אויפֿמערק, ווען זי האָט מיט אים גערעדט וועגן געשיכטע און פֿילאָסאָפֿיע. נאָך דעם באַגעגעניש, האָט פּוטין איר געגעבן אַן אָנדענק־זייגער לכּבֿוד דעם יאָרטאָג פֿונעם מלחמה־נצחון.
יודיצקאַיאַ האָט נישט געוואָלט רעדן וועגן פּוטינס פּאָליטיק. אין איר זכּרון איז ער פֿאַרבליבן אירער אַ תּלמיד, וועלכער איז פּלוצעם געוואָרן באַרימט. „פֿאַרוואָס בלײַבט ער וויכטיק פֿאַר מיר?‟, האָט זי צוגעגעבן. „ווײַל ער געדענקט מיך‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.