דער אויסטראַלישער קאַוואַלעריע-שטויס וואָס איז פֿאָרגעקומען בײַ באר־שבֿע דעם 31סטן אָקטאָבער 1917, איז פֿאַקטיש געווען דער לעצטער קאַוואַלעריע-שטויס אין דער געשיכטע פֿון דער מלחמה, און עס איז איצט דערוווּסט געוואָרן אַז עס זײַנען אויך געווען ייִדן צווישן די 800 אויסטראַלישע סאָלדאַטן, וועלכע האָבן אָנטיילגענומען.
זיי האָבן געהערט צו דער אויסטראַלישער לײַכטער קאַוואַלעריע, וועלכע זײַנען געווען אָן וואַסער איידער זיי האָבן פֿאַרנומען די ארץ-ישׂראלדיקע שטאָט באר-שבֿע פֿון די טערקן. די טערקן האָבן געקעמפֿט צוזאַמען מיט דײַטשלאַנד און עסטרײַך אין דער ערשטער וועלט-מלחמה. אַזוי האָבן די אויסטראַליער זיך אײַנגעהאַנדלט וואַסער און שפּײַז. דער נצחון האָט דערמעגלעכט, אַז בריטישע סאָלדאַטן זאָלן פֿאַרנעמען ירושלים, וואָס האָט ביז דעמאָלט געהערט צו די טערקן. די אויסטראַלישע לײַכטע קאַוואַלעריע איז באַערט געוואָרן דערמיט וואָס זיי זײַנען געווען די ערשטע אַרײַנצופֿאָרן אין דער שטאָט ירושלים ווי אַן ערן-וואַך פֿאַרן בריטישן גענעראַל עדמאָנד אַלענבי.
31 אויסטראַליער זײַנען אומגעקומען בעתן שטויס, און זעקס-און-דרײַסיק זײַנען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. זיבעציק פֿערד זײַנען אויך אומגעקומען. די טערקישע סאָלדאַטן האָבן געליטן שווערע פֿאַרלוסטן, און צווישן זיבן הונדערט און טויזנט זײַנען געפֿאַנגען געוואָרן.
אַן ערך פֿופֿציק יונגע ייִדן האָבן געדינט אין דער אויסטראַלישער לײַכטער קאַוואַלעריע, כאָטש מיר קענען נאָך נישט אַלע נעמען. מיר ווייסן, אַז מאַיאָר עריק הײַמאַן איז געווען צווישן זיי און מע מיינט, אַז דזשעק ראָזענטאַל, אַלבערט סאַמועל, מייפֿרעד לאַזאַרוס און עדגאַר האַריס זײַנען אויך געווען צווישן זיי. די „אויסטראַלישע אָרגאָניזאַציע פֿון ייִדישע געוועזענע סאָלדאַטן‟ און די „אויסטראַלישע ייִדישע געשיכטע־געזעלשאַפֿט‟ האָבן גערופֿן אַלע קרובֿים פֿון די ייִדן, וועלכע האָבן געדינט בײַ באר-שבֿע זיך צו שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט זיי, כּדי צו דערגאַנצן די רשימה.
מע זוכט אויך די נעמען פֿון די ייִדישע סאָלדאַטן, וועלכע האָבן אָנטיילגענומען אין די שלאַכטן אין גאַליפּאָלי, טערקײַ, אין 1915. די שלאַכט איז זייער וויכטיק אין דער געשיכטע פֿונעם אויסטראַלישן מיליטער און אין דער אויסטראַלישער געשיכטע בכלל.
מיר ווייסן, אַז עריק הײַמאַן איז אויפֿגעוואַקסן אין טאַמווערט, ניו סאַוט וויילס. נאָך באר-שבֿע האָט מען אים באַערט דערמיט וואָס מע האָט אים נאָמינירט פֿאַר דער קיניגין וויקטאָריעס קרייץ, וואָס איז דער העכסטער כּבֿוד אינעם בריטישן מיליטער. הײַמאַן האָט זיך אומגעקערט קיין אויסטראַליע, וווּ ער האָט חתונה געהאַט מיט זײַן כּלה, וואָס האָט געוואַרט אויף אים דרײַ יאָר. דערנאָך איז ער געפֿאָרן קיין עגיפּטן אין 1918, וווּ ער האָט ווײַטער געדינט אינעם אויסטראַלישן מיליטער. ער איז דערמאָנט געוואָרן אין מיליטערישע דעפּעשן און איז געוואָרן קראַנק אויף מאַלאַריע, איידער ער איז אַהיימגעקומען.
די לערערין רייזל, וואָס לערנט ייִדיש מיט קליינע קינדער אין דער „שלום־עליכם פֿאָלקשול‟ אין מעלבורן, איז צווישן 138 פֿרײַוויליקע אַרבעטער, וועלכע וועלן דינען ווי מולטי-קולטורעלע אַמבאַסאַדאָרן פֿאַר דער „אויסטראַלישער פֿוסבאָל־ליגע‟ במשך פֿונעם יאָר 2014. די ראָלע פֿון די אַמבאַסאַדאָרן איז צוצוציִען עטנישע אויסטראַליער צום אויסטראַלישן פֿוסבאָל. די לערערין רייזל איז אויך דער גרינדער פֿון דער אָרגאָניזאַציע פֿאַד”אַ, וואָס באַקעמפֿט דעם ראַסיזם אין אויסטראַלישן פֿוסבאָל. פֿאַראינטערעסירטע קענען זיך דערוויסן מער וועגן פֿאַד”אַ און וועגן דער „אויסטראַלישער פֿוסבאָל־ליגע‟ אויף זייערע פֿייסבוק־זײַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.