רבֿיד בראָש און נועה צור־בראָש האָבן זיך איינמאָל אויפֿגעוועקט צופֿרי אין זייער רויִקער פֿאָרשטאָטישער היים און פֿאַרפֿירט אַ לאַנגן שמועס. צום סוף, האָבן זיי זיך געכאַפּט, אַז אין ראָקוויל, מערילענד, וווּ זיי האָבן געוווינט, האָט זיי געפֿעלט דאָס ישׂראלדיקע קיבוץ־לעבן.
דאָס פּאָרפֿאָלק האָט במשך פֿון פֿינף יאָר געלעבט אין אַמעריקע און זיך געגרייט אַפֿילו צו באַקומען דאָס „גרינע קאַרטל” — דאָס רעכט צו בלײַבן אינעם לאַנד ווי שטענדיקע תּושבֿים. ער האָט געהאַט אַ גוטע פּרנסה, און זי האָט געוואָלט ווערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאָטאָגראַפֿין. ביידע זייערע קינדער האָבן פֿליסיק גערעדט אויף ענגליש. די טאָכטער, רומי, האָט זיך אויסגעצייכנט אין אַן עפֿנטלעכער שול, און און דער זון, עבֿרי, איז געגאַנגען אין אַ ייִדישן קינדער־גאָרטן. אין אַמעריקע האָט זיך זיי געלעבט גאַנץ באַקוועם.
פֿונדעסטוועגן, האָט די משפּחה אינעם יאָר 2008 באַשלאָסן, אַז זיי קערן זיך אום אינעם קיבוץ חצור, וווּ די מאַמע — איצט אַ 41־יאָריקע פֿרוי — איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן, אַזוי ווי דער מחבר פֿונעם דאָזיקן אַרטיקל. דאָס קיבוץ־לעבן ווערט הײַנט ווידער פּאָפּולער, נאָך אַ לאַנגן פּעריאָד פֿון אונטערגאַנג. אינעם יאָר 2001 האָבן אין די 268 ישׂראלדיקע קיבוצים געוווינט בערך 115,700 תּושבֿים, לויטן חשבון פֿונעם צענטראַלן סטאַטיסטישן ביוראָ. הײַנט וווינען דאָרטן 155,455 מענטשן. דרײַ פֿערטל פֿון די נײַע קיבוצניקעס זענען אָנגעקומען נאָכן יאָר 2008.
מיט אַ צענדליק יאָר צוריק, האָט די באַפֿעלקערונג פֿון חצור, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון אַשדוד, אויף דרום פֿון תּל־אָבֿיבֿ, באַטראָפֿן 280 נפֿשות; הײַנט איז אויפֿגעשטיגן ביז 343 מיטגלידער. נאָך עטלעכע צענדליקער מענטשן האָפֿן זיך אויך אָנצושליסן. דער קיבוץ האַלט אין איין וואַקסן. 44 נײַע הײַזער ווערן אויפֿגעבויט אויף אַ געוועזענעם פֿאַרם־שטח.
ס׳רובֿ נײַע מיטגלידער זענען אויפֿגעוואַקסן אינעם דאָזיקן קיבוץ, און קערן זיך איצט אום צוזאַמען מיט זייערע פֿרויען, מענער און קינדער. צוליב דעם, איז די צאָל תּושבֿים ייִנגער ווי 50 יאָר צוגעוואַקסן זינט 2004 פֿון 7 ביז 35 פּראָצענט.
אַזוי ווי ס׳רובֿ אַנדערע קיבוצים, האָט מען זיך אין חצור אָפּגעזאָגט פֿון די טראַדיציאָנעלע קאָמונאַלע סאָציאַליסטישע פּרינציפּן, און אָנגענומען אַ נײַעם אינדיווידואַליסטישן לעבנס־שטייגער. דער גײַסט פֿון געמיינזאַמער הילף איז אָבער געבליבן, אין אַ געוויסער באַגרענעצטער מאָס. די רעפֿאָרמען האָבן זיך אָנגעהויבן אין די 1990ער יאָרן.
צור־בראָש אַרבעט איצט אין חצור ווי די דירעקטאָרין פֿון בילדונג־ענינים. זי פֿירט אָן מיט די אָרטיקע קינדער־גאָרטנס און מיט די אָוונטיקע אונטערנעמונגען פֿאַר תּלמידים פֿון 6 ביז 18 יאָר. ס׳רובֿ מיטגלידער פֿונעם קיבוץ אַרבעטן אין אַנדערע ערטער. זי האָט דערקלערט, אַז אַ גרויסע מעלה פֿון אַזאַ קליין אָרט באַשטייט אין דעם, וואָס די קינדער קאָנען אַלע אַנדערע משפּחות און קאָנען גיין זיי באַזוכן, ווען זיי ווילן. „דאָס לעבן אין אַזאַ מין קהילה שאַפֿט ממש אַ געפֿיל פֿון מנוחה”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.