ד״ר סימאָן גײַסבילער איז אַ שװײצער דיפּלאָמאַט, װאָס װידמעט זײַן פֿרײַע צײַט אויף פֿאָרשונגען פֿון דער געשיכטע און קולטור פֿונעם מיזרח־אײראָפּעיִשן שטעטל.
דער אינטערעס זײַנער האָט ניט צו טאָן מיט נאָסטאַלגיע: „איך האָב קײן מאָל ניט געטראַכט װעגן דעם שטעטל װי אַ מין מאַגישער װעלט פֿון אַ כּישוף־מעשׂה.‟ זײַן אינטערעס צו דער מיזרח־אײראָפּעיִשער געשיכטע האָט זיך אױפֿגעװעקט נאָך אין זײַנע שוליאָרן, אָבער ער האָט זי קײן מאָל ניט שטודירט סיסטעמאַטיש. אין דער אמתן, איז ער זיך מודה, „װײס איך ניט, װי אַזױ איך בין געװאָרן פֿאַראינטערעסירט אין מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום.‟ ער דערקלערט װײַטער: אין זײַנע פֿאָרשערישע רײַזעס זוכט ער ניט דעם „טױטן‟, נאָר דעם „לעבעדיקן‟ עבֿר.
דער טיטל פֿון גײַסבילערס נײַעם בוך שטאַמט פֿונעם ליד פֿון פֿראַנק סינאַטראַ: „דער אַמאָל װעט זיך ניט אומקערן: די שפּורן פֿונעם שטעטל אין דרום־פּאָדאָליע‟. דאָס בוך איז ממשיך זײַן סעריע ביכער װעגן שפּורן פֿון דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין אוקראַיִנע, באַסאַראַביע און רומעניע. (װעגן זײ האָט דער „פֿאָרװערטס‟ געשריבן אין 2011). אַזױ װי יענע ביכער, באַזירט זיך די דאָזיקע פּובליקאַציע אױף די רײַזעס איבער די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך, און פֿאַרמאָגט אַ היפּשע צאָל קינסטלערישע פֿאָטאָגראַפֿיעס.
גײַסבילערס ביכער זײַנען ניט סתּם פֿאָטאָגראַפֿישע אַלבומען מיט היסטאָרישע דערקלערונגען. קודם־כּל צײכענען זײ זיך אױס דורך זייערע פּרטימדיקע אויספֿאָרשונגען. דער מחבר האָט דורכגעאַקערט מקורים און די װיסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור אױף עטלעכע שפּראַכן, און אַרײַנגעפֿלאָכטן אַ סך פּרטים אין זײַן טעקסט. די היסטאָרישע הקדמה קאָן דינען װי אַ קלאָרער און קורצער אַרײַנפֿיר אינעם ענין שטעטל, װאָס ברענגט צונױף דעם פּערזענלעכן קוקװינקל מיטן הײַנטיקן צושטאַנד פֿון דער היסטאָרישער װיסנשאַפֿט. ספּעציעל װיכטיק איז דער מעטאָדאָלאָגישער צוגאַנג צו שטעטל־פֿאָרשונג. דער מחבר האַלט, אַז כּדי צו פֿאַרשטײן דעם קאָמפּליצירטן „צוזאַמענשפּיל‟ צװישן זכּרון, געשיכטע, פֿאַרגעסעניש און דעם טרעף־כּוח פֿונעם חורבן אין יענע געגנטן, װוּ ייִדן האָבן אַ מאָל געלעבט, דאַרף מען ערנסט באַהאַנדלען אַלע מעגלעכע שפּורן פֿונעם עבֿר, סײַ די גײַסטלעכע, סײַ די פֿיזישע.
אױפֿן זוכעניש פֿון יענע שפּורן לאָזט זיך דער שװײצער פֿאָרשער און דיפּלאָמאַט אַרומפֿאָרן איבער די פֿאַרגעסענע און פֿאַרװאָרפֿענע שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע און בעסאַראַביע. זײַנע אַנטדעקונגען זעען אױס ניט זײער רושמדיק, אָבער זײ דערצײלן אַ דראַמאַטישע און געשפּאַנטע מעשׂה. די דאָזיקע געשיכטע װערט כּסדר איבערדערצײלט אָדער פֿאַרשװיגן; מען שאַפֿט זי פֿון דאָס נײַ אָדער מאַכט זיך ניט װיסנדיק. אַזױ אַרום, זאָגט גײַסבילער, לעבט דער עבֿר װײַטער אין דער הײַנטיקער צײַט. דערבײַ זעט מען ווי דער פֿיזישער מצבֿ פֿון בית־עלמינס, שילן און פּשוטע הײַזער אין די אַמאָליקע שטעטלעך זאָגן אויך עדות װעגן דעם גײַסטלעכן צושטאַנד פֿון דער איצטיקער אוקראַיִנע. די הײַנטיקע תּושבֿים פֿון די אַמאָליקע פּאָדאָליער שטעטלעך האָבן כּמעט לחלוטין ניט קײן אַנונג וועגן די ייִדן, װאָס האָבן דאָ אַ מאָל געוווינט. אַ סך פֿון די אוקראַיִנער זײַנען געקומען שױן נאָך דעם, װי ס׳רובֿ ייִדן זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן. אָבער דער עיקר איז, װאָס מען האָט פּשוט אױסגעמעקט ייִדן פֿונעם אָרטיקן זכּרון. און דאָס איז אַ װיכטיקער חילוק צװישן אוקראַיִנע און פּױלן, װוּ עס װעקט זיך פּאַמעלעך אױף אַן אינטערעס צום אַמאָליקן ייִדישן לעבן.
פֿאַר זײַן פֿאָרשערישער רײַזע האָט גײַסבילער אױסגעקליבן דרײַצן שטעטלעך פֿון דרום־פּאָדאָליע. ס׳רובֿ פֿון זײ זײַנען איצט ניט מער װי קלײנע דערפֿער, װוּ עס זײַנען מער ניט פֿאַרבליבן קײן ייִדן. װעגן ייִדן דערמאָנען בלױז די שטײנערנע חורבֿות, װאָס זײַנען באַװאַקסן מיט גראָז און בײמער. די דאָזיקע אַרכעאָלאָגישע שפּורן גיבן אָנצוהערן וועגן דעם לעבן, װאָס האָט דאָ געברױזט מיט קנאַפּע אַכציק־נײַנציק יאָר צוריק. אָט די מאַטעריעלע שפּורן פֿאַרנעמען דאָס צענטראַלע אָרט אין גײַסבילערס בוך. ער האַלט, אַז מען קאָן ניט שאַפֿן קײן ריכטיק בילד פֿונעם שטעטל בלױז אױפֿן סמך פֿון דאָקומענטאַלע און ליטעראַרישע מקורים. צוליב דעם דאַרף מען באַזוכן די פֿיזישע ערטער און דערזען די אַרומיקע לאַנדשאַפֿטן, די טאָפּאָגראַפֿיע פֿון ייִשובֿים, און דער עיקר — צו באַטראַכטן די רעשטלעך פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער ציװיליזאַציע.
די רײַזע הײבט זיך אָן אין שאַרגאָראָד, װוּ עס האָט זיך גוט אָפּגעהיט די אַלטע טאָפּאָגראַפֿישע סטרוקטור פֿון דער שטאָט מיט דער פּרעכטיקער געמױערטער שיל פֿונעם יאָר 1589. ערבֿ דער צװײטער װעלט־מלחמה האָבן אין שאַרגאָראָד געלעבט בערך פֿיר טױזנט ייִדן. אָבער אין 1943 זײַנען אין דעם שאַרגאָראָדער געטאָ שױן געװען העכער װי פֿינעף טױזנט ייִדן. ס׳רובֿ פֿון זײ זײַנען געטריבן געװאָרן דורך דער רומענישער אַרמײ פֿון בעסאַראַביע און בוקעװינע. ביז די 1990ער יאָרן איז שאַרגאָראָד נאָך אַלץ געװען אַ ייִדישע שטאָט, אָבער אין דער שװערער נאָך־סאָװעטישער תּקופֿה זײַנען כּמעט אַלע אַװעקגעפֿאָרן קײן ישׂראל און דײַטשלאַנד. הײַנט זײַנען דאָ געבליבן בלױז געצײלטע ייִדישע נפֿשות.
אַנדערע שטעטלעך, אַזעלכע װי מראַכװאַ, מעשעראָװ, קאָפּײַגאָראָד און אַזאַרעניץ, זײַנען באַקאַנט בלױז צװישן די, װאָס שטאַמען פֿון יענע מקומות. גײַסבילערס רײַזע־בילדער לײענען זיך װי אַ באַריכט פֿון אַן אַרכעאָלאָגישער עקספּעדיציע אין דער פֿאַרלױרערענער װעלט, װוּ בלױז אײניקע שטײנער דערמאָנען אָן דעם אַמאָליקן לעבן. און אַפֿילו יענע רעשטן װעלן אין גיכן פֿאַרשװינדן, אױב מען װעט זיך ניט אונטערנעמען דרינגענדיק זיי צו קאָנסערװירן און רעקאָנסטרויִרן. דאָס בוך ענדיקט זיך אױף אַ פּעסימיסטישער נאָטע: „די לעצטע רעשטן פֿונעם ייִדישן לעבן אין מיזרח־אײראָפּע װעלן אין גיכן נעלם װערן אױף אײביק. דער אַמאָל וועט זיך ניט אומקערן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.