מה נשתּנה הפּעקל הזה? ווײַל אינעם פּעקל, געשאַפֿן אין היוסטאָן, טעקסאַס, ליגן אַלע נייטיקע אינגרעדיענטן פֿאַרן גאַנצן פּסחדיקן סדר. אויב איר פֿילט זיך ווי אַ „שאינו יודע לשאול‟ — דער פֿערטער זון פֿון דער הגדה, וואָס ווייסט נישט, וואָס צו פֿרעגן — לאָמיך אײַך דערציילן די געשיכטע פֿונעם דאָזיקן פּראָדוקט.
דוד סאַקס, דער מחבר פֿונעם בוך „ראַטעוועט די דעליקאַטעסן־קראָמען‟ (Save the Deli), דערקלערט, אַז „קעני און זיגיס‟ קראָם אין היוסטאָן איז, אויף זײַן געשמאַק, איינער פֿון די בעסטע „דעליס‟ אינעם לאַנד, באַקאַנט מיט זײַנע לאַטקעס, קנישעס, לאַקס און פּאַסטראַמי, וואָס מע קאָן באַשטעלן אין גאַנץ אַמעריקע דורך דער וועבזײַט FoodyDirect. דער בעל־הבית, זיגי גרובער, האָט דערציילט דעם Forward, אַז איינמאָל האָט ער זיך געכאַפּט, אַז אַ סך ייִדן, וואָס וווינען אין אַזעלכע ערטער, וווּ ס׳איז שווער צו קריגן די פּסחדיקע פּראָדוקטן, וואָלטן געוואָלט זיי באַשטעלן פֿון זײַן געשעפֿט.
דער רעזולטאַט פֿונעם דאָזיקן געדאַנק, וואָס הייסט Passover in a Box („פּסח אין אַ קאַסטן‟), קאָסט 399 דאָלאַר און אַנטהאַלט אַן עקסטראַוואַגאַנטע סעודה פֿאַר צען מענטשן. גרובער האָט דערקלערט: פֿאַרוואָס זאָל מען זיך מוטשען אין דער קיך ערבֿ יום־טובֿ, ווי די פֿאַרשקלאַפֿטע ייִדן אין מצרים?
אינעם פּסח־פּעקל ליגט אַ גאַנצע ריי גרייטע מאכלים, אַרײַנגערעכט פֿינף האָלעבטשעס, פֿלייש, דרײַ קוואָרט הינער־זופּ, צען מצה־קניידלעך, צען שטיק געפֿילטע פֿיש, סופֿלע מיט מערן, קאַרטאָפֿל־קוגל, צימעס, חרוסת און כריין. די, וואָס היטן אָפּ פּסח כּהלכתו מוזן אָבער וויסן, אַז די מאכלים זענען נישט כּשר. גרובער האָט מסביר געווען, אַז זײַן קאָמפּלעקט איז באַשטימט פֿאַר וועלטלעכע ייִדן, וואָס ווילן פּראַווען אַ פּסחדיקן סדר, וואָס זעט אויס טראַדיציאָנעל, אָבער זאָרגן זיך נישט וועגן כּשרות.
דערפֿאַר, האָט דער בעל־הבית צוגעגעבן, האָט ער נישט אַרײַנגעלייגט קיין געבראָטענע הון אין זײַן פּעקל. „דאָס קאָן מען דאָך געפֿינען אין אַ מיליאָן ערטער‟.
איידער גרובער האָט אָנגעהויבן צעשיקן די פּסחדיקע קאָמפּלעקטן, האָט ער דורכגעפֿירט אַ סעריע עקספּערימענטן — צו פֿאַרזיכערן, אַז די מאכלים וועלן זיך נישט צעפֿאַלן אָדער צעגיסן אויפֿן וועג, און אַז זיי פֿאַרלירן נישט דעם גוטן טעם. צוערשט, האָט ער אָפּגעשיקט עטלעכע פּעקלעך צו זײַנע פֿרײַנד און קרובֿים, כּדי אויסצוגעפֿינען דעם איצטיקן וואַריאַנט, פֿעסט אײַנגעפּאַקט אין פּלאַסטיק.
לויט גרובערן, איז זײַן פּראָדוקט אַ יחיד־במינו. אַ טייל אַנדערע אָרגאַניזאַציעס צעשיקן אויך אַ גאַנצן סדר־קאָמפּלעקט — די קערות, הגדות און סדר־אינסטרוקציעס — אָבער נישט גרייטע מאכלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.