נײַעס פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

אינעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון דער פֿרוי האָט מען באַערט לאה נאָוועראַ, אַ לעבן־געבליבענע פֿון חורבן (אויפֿן בילד). לכתּחילה האָט מען געהאַט פּלאַנירט צו באַערן עוואַ בראַון.
אינעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון דער פֿרוי האָט מען באַערט לאה נאָוועראַ, אַ לעבן־געבליבענע פֿון חורבן (אויפֿן בילד). לכתּחילה האָט מען געהאַט פּלאַנירט צו באַערן עוואַ בראַון.

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published April 02, 2014, issue of April 25, 2014.

דעם 31סטן מאַרץ האָט דער עקזעקוטיװ-דירעקטאָריום פֿון ייִדישן װעלט-קאָנגרעס, זיך פֿאַרזאַמלט אין פּאַריז, און אַרויסגעגעבן אַ דעקלאַראַציע אין שײַכות מיטן 20סטן אַניװערסאַר פֿונעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס-אײַרעסער קהילה, װאָס װעט דערמאָנט װערן דעם 18טן יולי.

דער דאָקומענט גיט אָן, אַז דער קאָנגרעס באַדויערט, וואָס ביז איצט האָט מען נאָך קיינעם ניט געמישפּט; אַז די אַרגענטינער יוסטיץ האָט שוין פֿון לאַנג באַווײַזן, אַז דער אַטענטאַט איז פּלאַנירט געװאָרן אין טעהעראַן; אַז מען האָט אויך נאָך נישט קיין באַשולדיקטע אין דעם אַטענטאַט אויף דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, כאָטש די עװידענץ װײַזט אויך אָן אויף איראַן, און אַז דער קאָנגרעס שטיצט די באַמיִונגען פֿון דער קהילה און פֿון דער „דאַיאַ‟, אַז די אַרגענטינער רעגירונג זאָל אָפּשאַפֿן דעם אונטערגעשריבענעם אָפּמאַך מיט איראַן.

זי בעט אויך, אַז די אָנגעשלאָסענע פֿיליאַלן פֿון ייִדישן װעלט-קאָנגרעס זאָלן משפּיע זײַן אויף די רעגירונגען צו פֿאַרדאַמען דעם אינטערנאַציאָנאַלן טעראָריזם און די מדינות װאָס סטימולירן זיי, און אַז איראַן זאָל איבערגעבן דער אַרגענטינער יוסטיץ די באַשולדיקטע װאָס װערן געזוכט דורך „אינטערפּאָל‟.

אַ נײַ בוך איז פּרעזענטירט געװאָרן אין בוענאָס-אײַרעס. „אַ דרײַעק פֿון אינפֿאַמיע‟ פֿון כוליאַן שװינדלערמאַן איז אַן עסיי, װאָס באַהאַנדלט די טעמע ריכאַרד וואַגנער און דעם נאַציזם, װי אויך װאַגנער און ישׂראל. געשריבן פֿאַר אַ יאָרן װען די װעלט האָט געפֿײַערט 200 יאָר פֿון װאַגנערס געבוירן-טאָג, אַנאַליזירט דער מחבר זײַן קונסט, זײַן אידעאָלאָגיע און זײַן פּערזאָן. ער שטעלט זיך אויך אָפּ אויף וואַגנערס אַמביװאַלענטער באַציִונג צו ייִדן פֿון זײַן צײַט, האַסנדיק ייִדן בכלל, אָבער רעספּעקטינרנדיק ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן; װי אַזוי דער נאַציזם האָט אים פֿאַרװאַנדלט אין אַ קינסטלערישן און פּאָליטישן מאָדעל און די דעבאַטע אַרום אים אין ישׂראל. ער האָט אויך אַן אינטערעסאַנטן קאַפּיטל װעגן דעם קאָמפּאָזיטאָרס קאָמפּליצירטער באַציִונג מיט ניטשען.

***

מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק האָט מען אָפּגעשאַפֿן אַן אונטערנעמוננג געװידמעט דער פֿרוי אין דער שכנותדיקער װיסענטע לאָפּעס, אַ בײַשטאָט פֿון בוענאָס-אײַרעס. צװישן אַ סך פּראָמינענטע פֿיגורן האָט מען אויך געזאָלט רעדן װעגן עװאַ בראַון. אויף דער רעאַקציע פֿונעם „שמעון װיזנטאַל־צענטער‟ האָט מען אָפּגערופֿן די פּראָגראַם װאָס האָט געזאָלט זיך אָנהייבן אינעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון דער פֿרוי.

דעם 31סטן מאַרץ האָט מען אונטער דער לאָזונג „עװאַ בראַון — ניין; לאה נאָװעראַ — יאָ‟ דורכגעפֿירט אַן אָװנט אין אַ טעאַטער פֿון דער שטאָט. בײַ אַ פֿול געפּאַקטן זאַל און מיט אַ סך פֿאָרשטײערס פֿון דער פּרעסע און טעלעװיזיע, האָט מען אָפּגעגעבן כּבֿוד די געליטענע פֿון חורבן אין דער פֿיגור פֿון לאה נאָװעראַ, אַ לעבנס-געבליבענע פֿון אוישװיץ. דערעפֿנט דעם אָװנט האָט סערזשיאָ װידער, דירעקטאָר פֿאַר לאַטײַן-אַמעריקע פֿון „װיזנטאַל־צענטער‟. ער האָט אונטערגעשטראָכן אין זײַן װאָרט, אַז פֿאַרן צענטער איז װיכטיק נישט נאָר אָנצײכענען דאָס נעגאַטיװע, נאָר אָנװענדן אַלע פּעדאַגאָגישע מיטלען צו לערנען װעגן חורבן. ער האָט ציטירט דעם פֿאָרשער יהודה באַוער און געזאָגט, אַז די שׂינאה און דער אַנטיסעמיטיזם האָבן גורם געװען 35 מיליאָן קרבנות; פֿון זיי — 29 מיליאָן נישט-ייִדן.

דער בירגערמײַסטער פֿון װיסענטע לאָפּעס, כאָרכע מאַקרי, האָט באַגריסט דעם עולם און זיך אויסגעדריקט, אַז װען מען באַגייט אַ טעות מוז מען שנעל בײַטן די ריכטונג, און דיאַנאַ װאַנג, פֿאָרזיצערין פֿון „קינדער פֿון חורבן‟, די אָרגאַניזאַציע װאָס אַרבעט מיטן צווייטן דור, האָט שאַרף געזאָגט, אַז אויב דער װאָס האָט אָרגאַניזירט דעם ציקל האָט נישט געװוּסט װעגן װאָס עס גייט, איז דאָס געפֿערלעך, און אויב ער האָט יאָ געװוּסט, איז עס אויך געפֿערלעך.

לאה נאָװעראַ האָט דערציילט אירע איבערלעבונגען אין אוישװיץ װען זי איז צו 16 יאָר פֿאַרשיקט געװאָרן, און זי האָט אויך איבערגעבן װי דאָס האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין איר שפּעטערדיקן טאָג-טעגלעכן לעבן. מיט עמאָציע האָט זי דערציילט װאָס זי פֿילט יעדן טאָג װען זי קען זיך פֿרײַ אָפּבאָדן.

מען האָט אויך געמאָלדן בײַם שלוס, אַז די מוניציפּאַליטעט פּלאַנירט אַ ריי אַקטיװיטעטן מיט ייִדישן אינהאַלט.

***

ישׂראל איז דאָס באַערטע לאַנד אויף דעם 16טן אומאָפּהענגיקן קינאָ־פֿעסטיװאַל אין בוענאָס-אײַרעס, װאָס איז דערעפֿנט געװאָרן דעם 2טן אַפּריל. אַ ישׂראלי, נדבֿ לפּיד, װעט זיך באַטייליקן אין דער זשורי פֿון פֿעסטיװאַל און מען װעט קענען זען אַ רעטראָספּעקטיװן ציקל װעגן אורי זוהר. אויף דער דערעפֿענונג-גאַלאַ האָט מען געװיזן „דער קאָנגרעס‟ פֿון אַרי פֿאָלמאַן, אַ ישׂראלדיקער פֿילם װאָס איז מיט־פּראָדוצירט געװאָרן מיט דײַטשלאַנד, פּוילן, לוקסעמבורג און בעלגיע. אין די 11 אָװנטן פֿון פֿעסטיװאַל װעט מען קענען זען 9 ישׂראלדיקע פֿילמען. לפּיד האָט געװוּנען די ערשטע פּרעמיע אינעם פֿעסטיװאַל פֿון 2012 מיט זײַן פֿילם „דער פּאָליציאַנט‟ װי דער בעסטער רעזשיסאָר. מען רעכנט, אַז הײַיאָר װעט מען פֿאַרקויפֿן אַ 500,000 בילעטן אויפֿן גרעסטן לאַטײַן-אַמעריקאַנער קינאָ־פֿעסטיװאַל.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.