שוין 42 יאָר וואָס איך בין אַקטיוו אין דער ייִדישער קהילה אין ענגלאַנד. צוליב דעם וואָס כ׳פֿאַרברענג אַ סך צײַט אויף פֿאַרשידענע ייִדישע אונטערנעמונגען, זע איך אָפֿט די זעלבע פּנימער.
פֿון צײַט צו צײַט כאַפּט מיך אָבער אַרום אַ געפֿיל פֿון פּעסימיזם. ס‘טרעפֿט מיר דווקא בעת די פּאָפּולערע ייִדישע אונטערנעמונגען ווי „לימוד‟, „די וואָך פֿון ייִדישע ביכער‟ אָדער נאָך אַ טעאַטראַלישער פֿאָרשטעלונג. כ׳האַלט אין מיטן שמועסן מיט איינעם פֿון אָט די „באַקאַנטע פּנימער‟, און פּלוצלינג וועט איינער פֿון אונדז, אַ באַזאָרגטער, שעפּשען: „מיר ווייסן אָבער ביידע, אַז ס׳איז אַלץ אַ בלאָף…‟
אָדער אַנדערש געזאָגט: זענען נישט די אַלע אַקטיוויטעטן, און דער גאַנצער רעש, בלויז לטובֿת אַ קליינער גרופּע איבערגעגעבענע ייִדן — אַ גרופּע וואָס ווערט אַלץ קלענער פֿון יאָר צו יאָר?
פֿון איין זײַט, איז הײַנט דווקא די בעסטע צײַט צו פֿירן אַ ייִדישלעך לעבן אין ענגלאַנד: אַ שלל מיט אָרגאַניזאַציעס, אינטערעסאַנטע פּראָגראַמען, אַ שפּאָגל־נײַער ייִדישער קהילה צענטער — JW3, און אונדזער גרעסטער אויפֿטו: „לימוד‟ — די 3־טאָגיקע יערלעכע פֿאַרזאַמלונג פֿון הונדערטער ייִדן פֿון אַלע רעליגיעזע שטראָמען, בלויז כּדי צו לערנען תּורה און אַנדערע אַספּעקטן פֿון ייִדישקייט. „לימוד‟, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין ענגלאַנד, ווערט איצט דורכגעפֿירט אין אַ צאָל לענדער איבער דער וועלט.
פֿון דער אַנדערער זײַט הערן מיר די אָנגעווייטיקטע דעמאָגראַפֿישע סטאַטיסטיק. אויב ס׳איז טאַקע אַזוי גוט אויף דער ייִדישער גאַס, פֿאַר וואָס האַלטן מיר (דאָס הייסט, די נישט־חרדישע ייִדישע באַפֿעלקערונג) אין איין קלענער ווערן? די שטודיעס וואָס ווערן דורכגעפֿירט אין ענגלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווײַזן אָן זייער קלאָר, אַז די צוויי ייִדישע גרופּעס וואָס האַלטן אין איין וואַקסן זענען די שטאַרק־פֿרומע לײַט פֿון איין זײַט, און די אַסימילירטע ייִדן פֿון דער צווייטער. די צאָל מעסיקע ייִדן — די וועלכע פֿאַלן צווישן די צוויי עקסטרעמען — פֿאַלט כּסדר.
מיר פֿאַרגעסן אָבער, אַז די קוואַנטיטאַטיווע דעמאָגראַפֿישע סטאַטיסטיק האָט געוויסע באַגרענעצונגען. עס גיט בכלל נישט איבער די וויכטיקייט פֿון די ייִדישע איבערלעבונגען אַליין, אָדער די פּאָזיטיווע געפֿילן, וואָס די איבערלעבונגען רופֿן אַרויס בײַ די באַטייליקטע. אַ דאַנק יענע שטודיעס ווייסן מיר טאַקע אַ סך פֿאַקטן וועגן די ייִדן אין ענגלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער די פֿאָרשונגען קומען אַלע צו אַ נישט־ריכטיקן אויספֿיר: אויב די ייִדישע פּראָגראַמען קאָנען נישט פֿאַרהיטן די אַסימילאַציע, זענען זיי, אין תּוך, נישט כּדאַי דורכצופֿירן. בעת אַ פּריוואַטן שמועס לעצטנס האָט אַ גרופּע ראַבינער דאָ אין ענגלאַנד טאַקע אויסגעדריקט די מיינונג, אַז אפֿשר זאָלן זיי איבערקלערן זייערע פּראָיעקטן, ווײַל „ס׳איז קלאָר, אַז זיי טויגן נישט‟.
מע פֿאַרגעסט אָבער, אַז דאָס פֿאַרהיטן אַסימילאַציע איז נישט דער איינציקער סטאַנדאַרט פֿון אַ געראָטענער ייִדישער פּראָגראַם. געוויסע צילן — בפֿרט גײַסטיקע — זענען כּדאַי פֿון זיך אַליין. „לימוד‟; די פּראָגראַמען בײַ JW3, און דער גרויסער אויסקלײַב פֿון אינטערעסאַנטע אַקטיוויטעטן אין דער הײַנטיקער ייִדישער קהילה, זענען פֿאָרט כּדאַי, נישט געקוקט אויף דעם, צי זיי ציִען צו אַ גרויסן עולם, צי נישט.
אויב מע וויל געפֿינען מיטלען אָפּצושטעלן די ירידה פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, אַדרבא! מע דאַרף זיך אָבער היטן עס נישט צו טאָן אויפֿן חשבון פֿון די געראָטענע פּראָגראַמען, וואָס ווערן איצט יאָ דורכגעפֿירט. אויב איך מעג אַ ביסל פֿאַרדרייען דעם ציטאַט פֿונעם ייִדישן דענקער, שמעון ראַווידאָוויץ: „אויב מיר זענען דער לעצטער דור פֿון נישט־חרדישע ייִדן, לאָמיר כאָטש הנאה האָבן דערפֿון.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.