קיניגלעכער לוקסוס אין מיטן ירושלים

Splendor and Extravagance in the Center of Jerusalem


פֿון האָרץ

Published April 04, 2014, issue of April 25, 2014.

דעם חודש, אָנהייבנדיק פֿון דער פּסח־וואָך, וועט דער לאַנג־דערוואַרטער לוקסוס־האָטעל „וואַלדאָרף אַסטאָריע ירושלים‟ עפֿענען זײַנע טירן פֿאַרן פּובליקום, אויפֿן אָרט פֿונעם אַמאָליקן „פּאַלאַץ־האָטעל‟.

כּדי אַרײַנצוקומען אַהין דאַרף מען אָבער האָבן אַ ביסל געלט אין קעשענע: די צימערן קאָסטן צווישן $490 און $1,400 אַ נאַכט. ס׳האָט געדויערט זיבן יאָר און געקאָסט בערך 150 מיליאָן דאָלאַר אים צו בויען.

געוויסע מענטשן האָבן שוין קריטיקירט דעם איבערגעטריבענעם לוקסוס פֿונעם האָטעל — ווי, למשל, די ריזיקע הענגלײַכטער, וואָס קאָסטן אַליין מער ווי צוויי מיליאָן דאָלאַר — אָבער אַנדערע טענהן, אַז סע שאַט נישט; זאָל די אָרעמע שטאָט ירושלים אויך געניסן פֿון אַ ביסל עשירות…

דער הויפּט־אינוועסטירער אין דעם האָטעל איז די משפּחה רײַכמאַן פֿון טאָראָנטאָ. די „פֿייגין־אַרכיטעקטן‟ האָבן צונויפֿגעשטעלט דעם דרויסנדיקן אויסזען, און אַ טערקישער דיזײַנער, סינאַן קאַפֿאַדאַר, האָט געשאַפֿן די אינעווייניקע סטרוקטור. דער איינציקער זכר פֿונעם אַמאָליקן „פּאַלאַץ־האָטעל‟ איז איינע פֿון זײַנע ווענט.

די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם האָטעל האַלט, אַז זייערע הויפּט־קונים וועלן זײַן סײַ ייִדן פֿון אויסלאַנד, וועלכע קענען זיך דערלויבן די הויכע פּרײַזן, סײַ אויסלענדישע דיפּלאָמאַטן.

אַחוץ די 226 צימערן און סוויטעס, געפֿינען זיך אינעם האָטעל אַ שלל מיט קאָנפֿערענץ־צימערן און אַ באַנקעט־זאַל, וווּ די סטעליע איז אַכט מעטער (26 פֿוס) הויך. מע האַלט נאָך בײַם בויען עטלעכע שווימבאַסיינען, אַ „ספּאַ‟ און אַ דאַך־גאָרטן.

דער הויף ווערט באַדעקט מיט אַ גלעזערנער סטעליע, וואָס מע וועט עפֿענען יעדן האַרבסט, כּדי צו בויען דאָרט אַ ריזיקע סוכּה.

דאָס איז נישט דער איינציקער האָטעל, וואָס „וואַלדאָרף אַסטאָריע‟ וועט הײַיאָר עפֿענען. במשך פֿון די קומענדיקע חדשים וועט מען אויך עפֿענען האָטעלן אין ביידזשינג, אַמסטערדאַם און דובײַ.