(די 2 טע זײַט פֿון 2)
בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט ליבי דערציילט, אַז דער באַשלוס צו פֿילמירן „קבלת שבת אין וואָלמאַרט‟ איז דווקא געווען אַ ספּאָנטאַנער, בעת אַ באַזוך אין מערילאַנד, וווּ זי האָט פֿאַרבראַכט שבת מיט חבֿרים, וואָס זי האָט געקענט פֿון „טשאָלנט‟ — די וועכנטלעכע פֿאַרזאַמלונג אין אַ שיל אין ברוקלין, וווּ געוועזענע און איצטיקע חסידים קומען זיך צונויף צו שמועסן, שפּילן מוזיק, רייכערן און טרינקען ביר, און סתּם הנאה האָבן פֿון געזעלשאַפֿט.
„כ׳בין געזעסן מיט זיי פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, פֿרומע היימישע ייִדן, און ס׳איז געוואָרן זייער לעבעדיק. זיי האָבן מיך אַפֿילו געלאָזט פֿירן טיש. האָב איך אָנגעהויבן צו זינגען ניגונים, געפּאַטשט מיט די הענט, כ׳האָב מיך געשטעלט אין אַ רקידה… אַרײַנגעמישט פּסוקים, געזאָגט אַ תּורהלע, און צוגעלייגט זאַלץ און שמאַלץ!‟
ליבי האָט דערציילט, אַז זי האָט תּמיד ליב געהאַט צו לערנען תּורה, און צו לייענען. ווי אַ יונג מיידל, האָט זי אין איין סוף־וואָך געקאָנט איבערלייענען פֿינף ביכער. איר עלטער־זיידע פֿון דער מאַמעס צד איז געווען דער קאַשוי־רבֿ (אַרויסגעזאָגט: „קאַשאָו‟). קאַשוי, אַ קליינע חסידישע סעקטע פֿון 40 משפּחות, געפֿינט זיך הײַנט אין בעדפֿאָרד־הילס, ניו־יאָרק.
ליביס קינדעריאָרן זענען אָבער ווײַט נישט געווען קיין גליקלעכע. לכתּחילה האָבן אירע עלטערן זי געשיקט אין אַ שול פֿון די פּאפּער חסידים, וואָס איז איר שטאַרק געפֿעלן, אָבער דערנאָך האָט די מאַמע זיך אָנגעהויבן זאָרגן, אַז ס׳איז „צו מאָדערן‟, האָט מען ליבי איבערגעפֿירט אין אַ וויזשניצער שול. „דאָס איז געווען אַ גרויזאַמער טעות — האָט ליבי באַמערקט — ווײַל די מיידלעך זענען געווען שלעכטע. זיי האָבן מיך גערודפֿט און ממש געשלאָגן, בלויז ווײַל כ׳בין געווען אַ גוטע תּלמידה. ווען איך דערצייל דאָס הײַנט מענטשן, גלייבן זיי מיר נישט, ווײַל זיי זאָגן, אַז נאָר ייִנגלעך שלאָגן אַנדערע ייִנגלעך, אָבער ס׳איז נישט אמת.‟
מיט דער צײַט האָבן ליביס עלטערן זי געשיקט אין אַ בעלזער שול, „אָבער דאָרט האָב איך אויך נישט געלעקט קיין האָניק‟, האָט ליבי געזיפֿצט.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט ליבי באַשלאָסן, אַז זי וויל מער נישט לעבן אונטערן דראַנג פֿון דער פֿרומער וועלט. ס׳איז נישט גרינג צו בויען אַ לעבן נאָך דעם ווי מע פֿאַרלאָזט די חסידישע קרײַזן; פֿון דעסטוועגן, איז ליבי אָפּטימיסטיש וועגן דער צוקונפֿט. זי וווינט הײַנט אין קראַון־הײַטס, פֿאַרדינט ווי אַ שנײַדערין, און לערנט זיך מאָדע־דיזײַן. אין גיכן האָפֿט זי צו שאַפֿן אַ נײַע ליניע פֿון הויזן־טרעגער (שלייקעס) פֿאַר פֿרויען.
און מסתּמא וועט זי ווײַטער פֿאַרווײַלן איר וואַקסנדיקן עולם מיט איר ייִדישן חן און הומאָר — סײַ דורך איר „פֿייסבוק‟־זײַט, סײַ דורך אירע ווידעאָס. הגם אַ טייל פֿון די אָפּרופֿן אין שײַכות מיט „קבלת־שבת אין וואָלמאַרט‟ זענען געווען נעגאַטיווע, האָבן ס׳רובֿ פֿון זיי געלויבט איר דרייסטקייט בײַם אויסדריקן איר ייִדישע אידענטיטעט אויף איר אייגענעם שטייגער.
ליבי האַלט, אַז דאָס זינגען שבת־לידער אין וואָלמאַרט פֿרײַטיק־צו־נאַכטס איז דווקא אַ שיינע זאַך. „דער באַרדיטשעווער האָט אַ מאָל געזען אַ ייִד שמירן די רעדער פֿון זײַן וואָגן בשעתן דאַווענען,‟ האָט זי דערציילט. „האָט ער זיך אָנגערופֿן, קוק נאָר וואָס פֿאַר אַ טײַערער ייִד ער איז! אַפֿילו ווען ער שמירט די רעדער איז ער מתפּלל צו השם!
„און דאָ איז אויך אַזוי,‟ זאָגט זי ווײַטער. „אַפֿילו ווען מ׳איז מחלל־שבת אין די מרחקים, איז עס אַלץ מיט די הייליקע זמירותלעך אויף די ליפּן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.