אַן אוקראַיִנישער רבֿ מיט אַ ביקס

Ukrainian Rabbi With a Gun

נתן כאַזין
Youtube
נתן כאַזין

פֿון דוד פֿישמאַן (Forward)

Published April 08, 2014, issue of April 25, 2014.

דעם 20סטן מאַרץ, האָט „Espreso TV‟, אַ פּאָפּולערער אוקראַיִנישער ווידעאָ־קאַנאַל אויף דער אינטערנעץ, צום ערשטן מאָל מפֿרסם געווען דעם נאָמען פֿונעם מענטש, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישן „עסקאַדראָן‟ פֿון רעוואָלוציאָנערע קעמפֿער בעת די אַנומלטיקע פּראָטעסטן אויפֿן קיִעווער צענטראַלן פּלאַץ, „מײַדאַן‟.

מיקאָלאַ ווערעסען, אַ באַקאַנטער אוקראַיִנישער זשורנאַליסט, וועלכער האָט במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט געאַרבעט ווי אַ קאָרעספּאָנדענט בײַ „BBC‟ אין קיִעוו, האָט געשמועסט מיטן קאָמאַנדיר פֿון די ייִדישע רעוואָלוציאָנערן — נתן כאַזין, אַ פֿרומער ייִד מיט אַ יאַרמלקע, אַ רבֿ מיט אַן עכטער סמיכה, אַ וועטעראַן פֿון צה״ל און אַ שטאַרקער פּאַטריאָט פֿון אוקראַיִנע.

אַ טייל ייִדן פֿון דער דאָזיקער גרופּע רופֿן זיך אַליין „זשידאָ־באַנדעראָווצעס‟ — אַ קאָמבינאַציע פֿונעם פּעיאָראַטיוון וואָרט „זשיד‟ און דעם נאָמען פֿונעם באַרימטן נאַציאָנאַליסט סטעפּאַן באַנדעראַ. די אָריגינעלע „באַנדעראָווצעס‟ האָבן געקעמפֿט פֿאַר דער אוקראַיִנישער אומאָפּהענגיקייט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, אָבער האָבן אויך אויסגעהרגעט אַ סך ייִדן, דערפֿאַר שטעקט אינעם דערמאָנטן צונעמעניש אַ שטיקל איראָניע. כאַזין האָט דערציילט, אַז ווען די אוקראַיִנישע רעגירונג האָט צעטריבן די דעמאָנסטראַנטן דעם 30סטן נאָוועמבער, האָט ער זיך באַטייליקט אין דער ריזיקער דעמאָנסטראַציע, צוזאַמען מיט אַ מיליאָן אַנדערע מענטשן. אין גיכן, האָט דער עולם אים אויסגעקליבן ווי איינעם פֿון זייערע קאָמאַנדירן, ווײַל ער האָט פֿריִער געהאַט אַ מיליטערישע דערפֿאַרונג ווי אַן אָפֿיציר פֿון צה״ל. ווען ער האָט געדינט אין עזה, האָט ער זיך באַקענט מיט רעאַלע שלאַכט־סיטואַציעס אין שטאָטישע באַדינגונגען. זײַנע קענטענישן זענען צו נוץ געקומען אין דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט.

ווען כאַזין האָט זיך אומגעקערט קיין אוקראַיִנע, האָט ער נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז ער וועט ווידער ווערן אַ קאָמאַנדיר פֿונעם רעוואָלוציאָנערן פּראָטעסט — פֿאַקטיש, פֿון אַ נײַער מלחמה. ווען ער האָט דערזען, ווי דער עולם שטייט אויף דער גאַס אומבאַוואָפֿנט און ווייסט נישט, ווי אַזוי זיך צו באַשיצן פֿון די מלוכישע זיכערהייט־כּוחות, האָט ער באַשלאָסן זיך אַקטיוו צו באַטייליקן אינעם קאַמף. איין אָפּעראַציע, דער שטורעם פֿונעם „אוקראַיִנישן הויז‟, דעם צענטראַלן קיִעווער פֿאַרזאַמלונג־צענטער, האָט זיך אָנגעהויבן פֿרײַטיק־צו־נאַכט. כאַזין האָט אָפּגעדאַוונט אין אַ שיל, און איז אַוועק פֿירן אַ קאַמף קעגן 150 סאָלדאַטן. ווען עטלעכע דעמאָנסטראַנטן זענען אָנגעקומען, האָט ער דערפֿילט, אַז ער מוז זיך נוקם זײַן פֿאַר זייער טויט.

צום ערשטן מאָל נאָך 20 יאָר, האָט ער מחלל געווען שבת, ווײַל ער האָט געמוזט באַשיצן דאָס לעבן פֿון זײַנע מיטקעמפֿער. ער האָט געשאָסן, אַרומגעפֿאָרן, גערעדט אויפֿן טעלעפֿאָן — געטאָן אַלץ, וואָס מע דאַרף. קיין אָפֿיציעלע שאלה בײַ אַ רבֿ האָט ער נישט געפֿרעגט, ווײַל ער האָט באַשלאָסן, אַז ער מוז עס טאָן.

דער ייִדישער קאָמאַנדיר האָט דערציילט, אַז קיין אַנטיסעמיטיזם צווישן די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן האָט ער בעת די רעוואָלוציאָנערע פּראָטעסטן נישט באַמערקט. יעדער האָט אים באַגריסט מיטן וואָרט „שלום‟ און אים וואַרעם אַרומגענומען.