שנײַדפּונקט פֿון דרײַ קולטורן

Intersection of Three Cultures

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published April 09, 2014, issue of April 25, 2014.

די געשיכטע פֿון די באַציִונגען צװישן פּױלן און דײַטשלאַנד איז געווען אַ גאַנץ בלוטיקע. פֿון דעסטוועגן איז צװישן די צװײ קולטורן כּסדר אָנגעגאַנגען אַן אינטענסיװער אױסטױש פֿון אידעען, אימאַזשן און טעקסטן. דעם דאָזיקן ענין, און בפֿרט די ראָלע פֿון ביכער און לעקטור אין דעם קולטור־אױסטױש, ווערט איצט באַטאָנט אין אַ נײַער זאַמלונג פֿון אַרטיקלען, װאָס איז אַרױס אין װאַרשע אונטערן טיטל „לעקטור־לעקציע‟. דאָס בוך איז אַ בשותּפֿותדיקע אױסגאַבע פֿון דעם „דײַטשישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟ אין װאַרשע און דעם „אינסטיטוט פֿאַר פּױלישער געשיכטע‟. די אַרטיקלען זײַנען אָנגעשריבן אי אױף פּױליש, אי אױף דײַטשיש.

דער זאַמלבאַנד באַהאַנדלט פֿיר טעמאַטישע ספֿערעס: דאָס בוך װי אַן אינטערנאַציאָנאַלער פֿענאָמען, װאָס װערט אױסגעטײַטשט פֿאַרשײדנאַרטיק אין פֿאַרשידענע קולטורן; דאָס בוך װי אַ פֿאַרקניפּונג צװישן פֿאַרשידענע קולטורן, אַן אָביעקט פֿון װיכּוחים און סיכסוכים, װי אױך דאָס בוך װי אַן עדות און אַ קרבן פֿון געשיכטע. און עס איז ניט על־פּי צופֿאַל, װאָס אינעם דאָזיקן שמועס צװישן פּױלישע און דײַטשישע פֿאָרשער פֿאַרנעמט די ייִדישע טעמע אַ חשובֿן אָרט.

אַ סך ייִדן האָבן באַטראַכט פּױלן װי זײער הײמלאַנד. ניט נאָר די, װאָס האָבן גערעדט און געשריבן פּױליש, נאָר אױך די ייִדיש־רעדנדיקע. צו זײ געהערן אַזעלכע פּאָפּולערע ליטעראַטן װי זוסמאַן סעגאַלאָװיטש, קאַדיע מאָלאָדאָװסקי, אַהרן צײטלין, װי אױך יצחק באַשעװיס. די בילדער פֿונעם פּױלישן הײמלאַנד אין דער ייִדישער דיכטונג װערן אַנאַליזירט אינעם אַרטיקל פֿון עלװירע גרעצינגער (בערלין). ספּעציעל טײלט זי אױס בולטע פּרטים פֿונעם דאָזיקן ברײטן אימאַזש: די שטאָט װאַרשע, אַלטע היסטאָרישע שטעטלעך װי קוזמיר, דעם טײַך װײַכזל, װאָס זײ אַלע זײַנען געװען פּאָפּולער צװישן ייִדישע דיכטער, עמיגראַנטן פֿון פּױלן. צום סוף קומט גרעצינגער צו אַן אױספֿיר, אַז די „ליטעראַרישע גבֿית־עדות פֿונעם ייִדישן לעבן און טױט אין פּױלן געהערן צו דער פּױלישער קולטור־ירושה, װאָרן זײ אַנטפּלעקן אַ קוק פֿון אַמאָליקע פּױלישע תּושבֿים אױף דעם לאַנד, װאָס זײ האָבן אָנגעװױרן‟. עס דאַכט זיך אָבער, אַז דער ענין איז מער קאָמפּליצירט. ערשטנס, בלײַבט דאָ ניט קלאָר, װאָס איז אייגנטלעך פּױלן, אינעם געאָגראַפֿישן זינען? צי נעמט עס אַרײַן אױך װילנע? צװײטנס, װאָס פֿאַר אַן אָרט דאַרף די ייִדישע קולטור פֿאַרנעמען אין דער פּױלישער ירושה, דהײַנו, צי פֿאַרמאָגט די פּױלישע „ירושה‟ בכּלל אַן אָרט פֿאַר אַ ייִדישן אָנטײל? דװקא די דאָזיקע פּראָבלעם װערט באַרירט אין די פּאָעטישע װערק פֿון אַבֿרהם סוצקעװער און חיים גראַדע — צװײ װיכטיקע נעמען, װאָס פֿעלן אין גאַנצן אינעם דאָזיקן אַרטיקל.

פֿראַנסואַ גינע (לאָנדאָן) פֿאַרגלײַכט די שילדערונגען פֿונעם אַמאָליקן פּױלישן ייִדישן לעבן אין צװײ הומאָריסטישע פּיעסעס, װאָס זײַנען אַרױס אין װאַרשע אין 1883: „בינטשע די צדיקתטע, אָדער די אײַנגעפֿאַלענע באָד‟ און „די חבֿרה־קדישה סעודה, אָדער ר׳ אַריה דער מוזיקאַנט‟. סטיליסטיש זײַנען די צװײ קאָמעדיעס ענלעך, אָבער טעמאַטיש באַרירן זײ פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמעס. „די חבֿרה־קדישה סעודה‟ מאַכט חוזק, אינעם גײַסט פֿון דער השׂכּלה, פֿונעם טראַדיציאָנעלן גבֿיריש־רבנישן עליט פֿונעם שטעטל, בעת „בינטשע די צדיקתטע״ דערװײַזט, אױף אַ מער סובטילן אופֿן, אַז די אַלטע מעכאַניזמען פֿון דערלײזן סאָציאַלע קאָנפֿליקטן זײַנען מער ניט עפֿעקטיוו אין דער מאָדערנער תּקופֿה.

פֿאַרן חורבן האָט דײַטשלאַנד געהאַט אַ היפּשע פּױליש־ייִדישע באַפֿעלקערונג. ס׳רובֿ זײַנען געװען פּשוטע שטעטלדיקע חסידישע פּליטים פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. אַ סך פֿון זײ האָבן זיך באַזעצט אין בערלין, אין דער צענטראַלער געגנט אַרום גרענאַדיר־שטראַסע. פֿאַר אַסימילירטע פֿאַרמעגלעכע דײַטשישע ייִדן זײַנען די דאָזיקע „אָסט־יודען‟ געװען אַ שאַנדע, הגם אײניקע דײַטשיש־ייִדישע אינטעליגענטן האָבן באַװוּנדערט זײער סאַמאָראָדנע „עכטקײט‟. דאָס איז געװען די טעמע פֿון פֿישל שניאורסאָנס ייִדישן ראָמאַן „גרענאַדירשטראַסע‟ (װאַרשע, 1935). גערטרוד פּיקאַן אַנאַליזירט די „טראַנס־נאַציאָנאַלע‟ געשטאַלטן אינעם דאָזיקן ראָמאַן, װאָס לעבן צװישן צװײ װעלטן, דעם דײַטשישן און דעם מיזרח־ייִדישן.

די דײַטשישע קולטור און ליטעראַטור האָט זינט דעם אָנהײב נײַנצנטן יאָרהונדערט געהאַט אַ היפּשע השפּעה אױף דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ צענטראַלע ראָלע האָבן דערבײַ געשפּילט די ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון דײַטשיש אױף ייִדיש. די דאָזיקע טעמע איז שױן אין 2004 אױסשעפּיק באַהאַנדלט געװאָרן אין דער דאָקטאָר־דיסערטאַציע פֿון עמי בלאַו. איצט װערט די זעלבע טעמע װידער געפֿאָרשט דורך אַגנעשקאַ זשאָלקעװסקאַ. דאָס איז אַ קלאָרער באַװײַז, אַז מען נײטיקט זיך טאַקע איּּן אַ בעסערער קאָאָרדינאַציע פֿון ייִדישע לימודים אין פֿאַרשידענע לענדער.

אױך ייִדישע טעקסטן זײַנען באַנוצט געװאָרן אין דײַטשלאַנד, און צומאָל מיט אומרײנע צװעקן. אַזױ למשל זײַנען עמנואל רינגעלבלומס טאָגביכער פֿון װאַרשעװער געטאָ געװאָרן אַ פּראָפּאַגאַנדע־מיטל אין די הענט פֿון די דײַטשישע „הײַמאַט־פֿאַרטריבענע‟, די רעכטע פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס פֿון די דײַטשישע פּליטים, װאָס זײַנען נאָך דער מלחמה אַרױסגעטריבן געװאָרן פֿון פּױלן, טשעכאָסלאָװאַקײַ און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. װי עס שרײַבט שטעפֿאַן שטאַך, האָבן זײ באַטראַכט די געטאָ־כּתבֿים װי אַ ראיה פֿונעם פּױלישן אַנטיסעמיטיזם בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. און אַזױ אַרום האָבן די דײַטשישע רעװיזיאָניסטן געטענהט, אַז סײַ ייִדן און סײַ דײַטשן זײַנען געװען קרבנות פֿון פּױלישע רדיפֿות. װאָס שײך דײַטשלאַנד און זײַן ראָלע אינעם ייִדישן חורבן, האָט מען אַריבערגעטראָגן דעם גאַנצן שולד פֿון דײַטשן אױף די נאַציס.

דאָס זאַמלבאַנד „לעקטור־לעקציע‟ איז אַ געראָטענער מוסטער פֿון פֿאָרשערישער צוזעמענאַרבעט צװישן צװײ לענדער. עס איז אױך אַ באַװײַז, אַז ייִדן און ייִדישע קולטור פֿאַרנעמען אַ װיכטיק אָרט סײַ אין דער פּױלישער, סײַ אין דער דײַטשישער קולטור-געשיכטע.