פֿאַראַיאָרן, ווען מײַן באָבע האָט אָפּגעשיילט אַן איי בײַם פּסחדיקן סדר, האָט זי זייער פֿאָרזיכטיק, כּמעט נעווראָטיש, אַרײַנגעלייגט די קליינע ברעקעלעך פֿונעם שאָלעכץ אין אַ סערוועטקע, וואָס זי האָט געהאַלטן גרייט אין איר האַנט. דערנאָך איז זי אַוועקגעלאָפֿן פֿונעם עסצימער אינעם בית־כּיסא און אַרײַנגעוואָרפֿן די סערוועטרע מיטן איי־שאָלעכץ אין טואַלעט.
פֿאַרוואָס האָט זי דאָס געטאָן? ווען איך האָב זי געפֿרעגט, האָט זי נישט געוווּסט, וואָס צו ענטפֿערן. איר מאַמע פֿלעגט אויך קאָנטראָלירן, אַז קיין שאָלעכץ זאָל נישט בלײַבן בײַם טיש, און זי האָט איבערגענומען אַזאַ מינהג פֿון דער מאַמען. מײַן עלטער־באָבע איז געבוירן געוואָרן אין באָמביי און געוווינט אין אינדיע, וווּ זי האָט אויפֿגעהאָדעוועט אירע קינדער. דעמאָלט האָט דאָרטן געבליט אַ גרויסע ייִדישע קהילה. צוליב דעם, איז מײַן משפּחה ממשיך די טראַדיציע פֿון אינדישע מאכלים. למשל, אַנשטאָט דעם חרוסת עסן מיר כאַלעק — דער זיסער סיראָפּ, געמאַכט פֿון טייטלען און וועלשענע ניס. דאָס גאַנצע יאָר וואַרט איך אומגעדולדיק אויף דעם דאָזיקן געשמאַקן מאכל.
ווען איך האָב געפֿרעגט די דערמאָנטע קשיא בײַ מײַן באָבען, האָט מײַן טאַטע, אַ געוועזענער פּראָפֿעסאָר פֿונעם ייִדישן מיסטיציזם, זיך אַרײַנגעמישט אינעם שמועס און דערקלערט, אַז אונדזער משפּחה־מינהג איז פֿאַרבונדן מיט קבלה. לויט זײַן הסבר, ווערט דאָס איי־שאָלעכץ אַסאָציִיִרט מיט די קליפּות — אַ רעזולטאַט פֿון שבֿירת־הכּלים; דאָס איז אַ יסודותדיקער ענין אין קבלת־האַריז״ל. ווען דאָס געטלעכע ליכט אין אַרײַן אין די כּלים פֿון די פֿריִיִקע ספֿירות אינעם עולם־התּוהו, זענען די כּלים צעבראָכן געוואָרן, און זייערע מעטאַפֿיזישע ברעקלעך זענען אַראָפּגעפֿאַלן אינעם פֿינצטערן תּהום. לויט דער תּורה פֿונעם הייליקן אַריז״ל, רבי יצחק לוריא, איז מיט די צעבראָכענע קליפּות געקומען דאָס שלעכטס אויף דער וועלט.
הגם די באָבע האָט, מסתּמא, נישט געוווּסט דעם סוד פֿונעם משפּחה־מינהג, האָט זי זיך געאײַלט פּטור צו ווערן פֿונעם שאָלעכץ, כּדי נישט איבערצולאָזן בײַם טיש קיין שום רמז אויף די קליפּות. איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿרום־אָרטאָדאָקסישער סבֿיבֿה און געטראַכט, אַז די ייִדישע מינהגים ווערן אָפּגעהיט און פֿאַרשפּרייט, דער עיקר, דורך די מענער. דאָס, וואָס אין דעם פֿאַל האָבן דווקא די פֿרויען אָפּגעהיט די מיסטישע טראַדיציע, איז מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן.
פֿונדעסטוועגן, האָב איך זיך דערמאָנט, אַז מײַן עלטער־באָבע איז נישט געווען קיין גרויסע תּלמיד־חכמטע. ווי אַזוי וואָלט זי געקאָנט וויסן פֿון קבלה? מײַן טאַטע האָט מיר דערציילט, אַז איר טאַטע, מײַן עלטער־עלטער־זיידע, איז געווען אַ באַרימטער מקובל. זײַן הויז איז געווען באַקאַנט ווי „בית־קבלה‟, און די באָמבייער ייִדן האָבן בײַ אים געלערנט די סודות־התּורה.
לויט אונדזער משפּחה־לעגענדע, איז דער באַרימטער מקובל ניפֿטר געוואָרן, ווען עמעצער האָט אים איבערגעריסן בעת אַ טיפֿער מעדיטאַציע. זײַן נשמה איז געהאַט אַרויסגעפֿלויגן אין די הויכע גײַסטיקע וועלטן און איז געווען פֿאַרנומען מיט דער סכּנותדיקער עדובֿת־הצירופֿים — מיסטישע מאַניפּולאַציעס מיט די אותיות פֿון די הייליקע שמות. ווען מע האָט אים מפֿסיק געווען, האָט זײַן נשמה זיך מער נישט געקאָנט אומקערן אין עולם־הזה. דאָס איז אַלץ געווען פֿאַר מיר אַ חידוש. פֿאַרוואָס האָט דער טאַטע קיינמאָל פֿריִער נישט דערציילט וועגן אונדזער שײַכות צו אַ גרויסן מקובל? מײַן שוועסטער האָט די מעשׂה אויך שטאַרק פֿאַרחידושט. דער טאַטע האָט געענטפֿערט, אַז מיר האָבן דאָך קיינמאָל נישט געפֿרעגט.
ווען מיר קוקן אויף דעם, ווי אַזוי אונדזערע באָבעס גרייטן צו די אייער און טוען אַנדערע זאַכן, וואָס זעען אויס גאַנץ פּשוט, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז זיי קאָנען שטאַמען פֿון גאָר טיפֿע משפּחה־סודות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.