פֿאַר ס׳רובֿ ייִדן ווערן די מצות אַסאָציִיִרט מיטן חג־הפּסח. פֿאַר זשאַן־קלאָד ניימאַן, דער בעל־הבית פֿון דער עלטסטער מצה־בעקערײַ אין פֿראַנקרײַך, זענען זיי אַ טאָג־טעגלעכער עסק.
די משפּחה ניימאַן האָט זיך פֿאַרנומען מיטן מצה־באַקן זינט 1850. דער הײַנטיקער בעל־הבית האָט איבערגעגעבן, אַז ער שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם פֿינפֿטן דור פֿון בעקער. די בעקערײַ געפֿינט זיך אין וואַסעלאָן — אַ שטאָט מיט אַרום 6,000 אײַנוווינער אינעם צפֿון־מיזרחדיקן ראַיאָן פֿונעם לאַנד, צופֿוסנס פֿון די וואָזג־בערג. די באַרגיקע געסלעך און די דײַטשישע אַרכיטעקטור פֿון די הײַזער, וואָס דערמאָנט אין די מעשׂיות פֿון די ברידער גרים, זענען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר עלזאַס — די פֿראַנצויזישע געגנט, וועלכע איז היסטאָריש טיף פֿאַרבונדן מיט דײַטשלאַנד.
שלמה ניימאַן, דער גרינדער פֿון דער דינאַסטיע מצה־בעקער, איז לכתּחילה געווען אַ גאַסן־הענדלער. זײַן ערשטע בעקערײַ האָט ער געעפֿנט אין אָדראַצהײַם, נישט ווײַט פֿונעם איצטיקן אָרט. דאָס געשעפֿט איז געלונגען, און אינעם יאָר 1870 איז ער, בשותּפֿות מיט זײַן זון בענואַ, אַריבער אין וואַסעלאָן — אַ גרעסערע שטאָט מיט אַן אינדוסטריעלן ראַיאָן, וווּ עס האָט זיך געפֿונען אַ מיל.
פֿון 1870 ביז 1919, האָט די משפּחה ניימאַן פּראָדוצירט אויף זייער פֿאַבריק סײַ די פּשוטע, סײַ די שמורה־מצה פֿאַר ייִדן. רענע, בענואַס ייִנגסטער זון, האָט אָבער געהאַט אַ גאָלדענעם אײַנפֿאַל: פֿאַרקויפֿן דאָס ייִדישע „אומגעזויערטע ברויט‟ פֿאַרן אַלגעמיינעם פֿראַנצויזישן עולם.
אינעם יאָר 1940, האָבן די נאַציס פֿאַרשלאָסן די בעקערײַ; די בעלי־בתּים זענען אַנטלאָפֿן קיין דרום־פֿראַנקרײַך, וווּ זיי האָבן איבערגעלעבט די מלחמה. אין 1948, האָט רענע ניימאַן געעפֿנט דאָס משפּחה־געשעפֿט פֿון ס׳נײַ. רענעס זון ראָבער האָט מאָדערניזירט דעם בעקערײַ־פּראָצעס און האָט אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן אַ גאַנצע סעריע פּראָדוקטן: ווייץ־מצות און קאָרן־מצות, אָרגאַנישע און דיעטישע, מיט פֿאַרשיידענע טעמים. די עכטע כּשרע מצה מיט אַ הכשר פֿונעם שטראַסבורגער הויפּט־רבֿ קומט אויך אין עטלעכע וואַריאַנטן.
זשאַן־קלאָד ניימאַן, דער איצטיקער בעל־הבית, האָט איבערגענומען דאָס געשעפֿט אינעם יאָר 1983. ער האָט דערציילט, אַז די פּשוטע מצה בלײַבט דער פּאָפּולערסטער פּראָדוקט פֿון דער פֿירמע. 62 פּראָצענט פֿון אַלע מינים פּראָדוקציע ווערן אָבער פֿאַרקויפֿט אין אַנדערע לענדער — פֿון אייראָפּע ביז מאַראָקאָ, דרום־אַפֿריקע, יאַפּאַן און כינע.
אויף דער פֿראַגע וועגן דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון ייִדן אין פֿראַנקרײַך, האָט ניימאַן דערקלערט, אַז ער זאָרגט זיך דערווײַל נישט. זײַן פֿירמע איז שוין לאַנג געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער אָרטיקער און פֿראַנצויזישער עקאָנאָמיע, און די קונים ווייסן גאַנץ קלאָר, אַז די מצות זענען אַ ייִדיש מאכל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.