דער קריזיס, פֿאַרבונדן מיט רוסישע ייִדן, וואָס ווילן אַוועקפֿאָרן קיין ישׂראל, וואָס וועגן אים האָבן מיר פֿריִער דערציילט, איז פֿאַרבײַ. לאָמיך דערמאָנען, אַז פֿאַר די לעצטע חדשים האָט די עליה פֿון רוסלאַנד זיך זייער פֿאַרשטאַרקט צוליב דעם פּאָליטישן מצבֿ. אָבער אין מערץ האָט זיך דער גאַנצער פּראָצעס אָפּגעשטעלט צוליב דעם שטרײַק פֿונעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום: די אַמבאַסאַדע האָט זיך פֿאַרמאַכט, און עטלעכע טויזנטער ייִדן זענען שטעקן געבליבן אין רוסלאַנד. דער, וואָס האָט אַרײַנגעגעבן די פּאַפּירן אין יאַנואַר, האָט געמוזט וואַרטן ביזן זומער, כּדי צו קומען אויפֿן אינטערוויו.
מיט אַ וואָך צוריק האָט זיך דער שטרײַק געענדיקט, און די וואָך האָט די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע ווידער זיך פֿאַרנומען מיטן ציבור. לטובֿת יענע ייִדן, וואָס זייערע אינטערוויוען האָבן געמוזט פֿאָרקומען דווקא אין מערץ, האָבן די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן — אַ קאָמיטעט פֿון כּנסת און די פּאַרטיי „ישׂראל ביתנו‟ — דערמעגלעכט די קאָנסולן צו העלפֿן, קודם־כּל, די מענטשן וואָס האָבן זיך פֿאַרשריבן פֿריִער.
די ייִדישע פֿראַגע בלײַבט ווײַטער אויף סדר־היום פֿונעם פּאָליטישן לעבן אין רוסלאַנד. ווי באַוווּסט, האָט פּוטין געניצט די פֿראַגע פֿון ייִדן און אַנטיסעמיטיזם אין זײַן קאַמפּאַניע קעגן אוקראַיִנע. די אָפֿיציעלע פּראָפּאַגאַנדע שטעלט פֿאָר די נײַע אוקראַיִנישע מאַכט ווי אַן אַנטיסעמיטישע, און די רוסישע מיליטער־כּוחות פֿירט מען אַרײַן אין אוקראַיִנע, מכּלומרשט, כּדי אויסצולייזן אַלע פֿעלקער און קודם—כּל — די ייִדן.
איצט ווערט די ייִדישע פֿראַגע ווידער דערמאָנט: די מלוכה האָט געהייסן די פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות שיקן קיין קרים רבנים אויף די טעג פֿון פּסח. קיין קרים איז שוין געפֿאָרן דער רבֿ אהרון גורעוויטש, אַ הויכער אָנגעשטעלטער פֿון דער פֿעדעראַציע. ער האָט באַזוכט עטלעכע שטעט, זיך געטראָפֿן מיט די הויפּטן פֿון די היגע ייִדישע קהילות און אויך מיט היגע מוסולמענער. גורעוויטשעס וויזיט האָט געדויערט 2 טעג.
די באַציִונגען צווישן דער רוסישער מלוכה און מדינת־ישׂראל בלײַבן אָבער וואַרעמער. סוף־מערץ איז אין ישׂראל פֿאָרגעקומען דער לעצטער עטאַפּ פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן קונסט־פֿעסטיוואַל „די רוסישע וועסנע 2014‟. דעם דאָזיקן פֿעסטיוואַל פֿירט דורך דער רוסישער אויסערן־מיניסטעריום. דער פֿעסטיוואַל קומט איצט פֿאָר צום נײַנטן מאָל.
פֿריִער האָבן אים אָנגענומען די אייראָפּעישע לענדער, פּאָרטוגאַל, איטאַליע, שפּאַניע, גריכנלאַנד, טשעכיע, דײַטשלאַנד, בעלגיע און סאַן־מאַרינאָ. אין ישׂראל האָט מען אָרגאַניזירט קאָנצערטן פֿון רוסישע קאָלעקטיוון: כאָרן, טאַנץ־גרופּעס אאַז״וו אין עטלעכע שטעט: ירושלים, כּרמיאל, נתניה, אשדוד און עפֿולה.
דער נײַער ייִדישער מוזיי אין רוסלאַנד פֿירט־דורך אַ לעקציע־פּראָגראַם. מען רעדט ווײַטער וועגן דער אויסשטעלונג „ענדי וואָרהאָל: 10 פּאָרטרעטן פֿון באַרימטע ייִדן פֿונעם 20סטן י”ה‟.
דינסטיק, דעם 8טן אַפּריל האָט מען דורכגעפֿירט אַ לעקציע געווידמעט גערטרוד סטײַן, אירע טעקסטן, אירע אָפּשפּיגלונגען אין זכרונות, אויף פּאָרטרעטן און אין פֿילמען; זונטיק דעם 6טן אַפּריל האָט דער מוזיי אָרגאַניזירט אַ רעפֿעראַט וועגן דער פּאַריזער שול אין מאָלערײַ: מאַרק שאַגאַל, אַמעדעאָ מאָדיליאַני, חיים סוטין און אַנדערע ייִדישע קינסטלערס וואָס זענען אַרײַן אינעם באַשטאַנד פֿון דער שול.
דינסטיק דעם 1טן אַפּריל האָט אַ מוזיי־פֿאָרשערין, אירינאַ טושינצעוואַ, געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם קאָמפּאָזיטאָר, דזשאָרדזש גערשווין, זײַן סטיל און זײַן השפּעה אויף דער מאָדערנער מוזיק. זונטיק דעם 30סטן מערץ האָט דער דירעקטאָר פֿונעם פֿאָרשונג־צענטער אורי הערשאָוויטש דערציילט פֿון קאַפֿקאַס סטיל און זײַן פֿילאָסאָפֿיע.
דעם 27סטן מערץ האָט מען געפּראַוועט אין רוסלאַנד דעם טאָג פֿון טעאַטער, און אַ סך טעאַטערס נעמען אָנטייל אין דער אַזוי־גערופֿענער „טעאַטער־נאַכט‟ — מען לאָזט דעם עולם אויף די ספּעקטאַקלען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. אין ייִדישן טעאַטער „שלום‟ איז פֿאָרגעקומען אַן אָוונט, געווידמעט דעם באַרימטן שרײַבער ראָמען גאַרי. די אַקטיאָרן האָבן פֿאָרגעשטעלט דעם ספּעקטאַקל „מאַדאַם ראָזע‟ אויפֿן סמך פֿון גאַריס באַקאַנטן ראָמאַן „דאָס לעבן פֿאַר אונדזערע אויגן’‟. נאָכן ספּעקטאַקל האָט מען אָרגאַניזירט אַ דיסקוסיע פֿון ליטעראַרישע קריטיקערס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.