די אַמעריקאַנער „אַדמיניסטראַציע פֿאַר טראַנספּאָרט־זיכערהייט‟ (TSA), האָט איבערגעגעבן, אַז זי האָט דערקלערט אירע באַאַמטע וועגן די ספּעציפֿישע באַדערפֿענישן פֿון ייִדן, וואָס קאָנען מיטטראָגן אַזעלכע ברעכיקע מאַטעריאַלן, ווי מצות.
דעם 2טן אַפּריל, האָט די אינסטאַנץ געמאָלדן, אַז מע האָט דערקלערט דעם זיכערהייט־פּערסאָנאַל אין די עראָפּאָרטן און אַנדערע טראַנספּאָרט־צענטערס, אַז די ייִדישע פּאַסאַזשירן קאָנען מיט זיך טראָגן געוויסע אוניקאַלע חפֿצים, לייענען רעליגיעזע טעקסטן אויפֿן וועג, דאַוונען מיט אַ טלית און תּפֿילין, אָדער טראָגן אַ יאַרמלקע.
TSA האָט צוגעגעבן, אַז צווישן דעם 14טן און 22סטן אַפּריל וועט די צאָל ייִדישע פּאַסאַזשירן, מסתּמא, שטײַגן צוליב דעם קומענדיקן פּסח. די אינסטאַנץ האָט געוואָרנט די טראַנספּאָרט־באַאַמטע, אַז אַ טייל ייִדן וועלן מיט זיך טראָגן קעסטלעך מיט מצות, וואָס זענען זייער ברעכיק און מוזן באַהאַנדלט ווערן מיט אַ באַזונדערער פֿאָרזיכטיקייט. מע האָט אויך דערקלערט דעם פּערסאָנאַל, אַז עס זענען פֿאַראַן צוויי מינים מצות: מאַשין־ און האַנט־געמאַכטע. די פּאַסאַזשירן, וואָס ווילן נישט אַרײַנלייגן זייערע רעליגיעזע חפֿצים אין די געוויינטלעכע רענטגען־מאַשינען, מעגן בעטן די זיכערהייט־באַאַמטע דורכצופֿירן, אַנשטאָט דעם רענטגען, אַ האַנט־אינספּעקציע פֿון זייער באַגאַזש.
דער אַמעריקאַנער צווײַג פֿון „אַגודת־ישׂראל‟, אַ דאַך־אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַראייניקט אַ סך אָרטאָדאָקסישע קהילות, האָט באַדאַנקט די אינסטאַנץ פֿאַרן וואָרענען די באַאַמטע. הרבֿ אַבא כּהן, דער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע אין וואַשינגטאָן, גלייבט, אַז TSA וועט „בלי־שום־ספֿק‟ דורכפֿירן אַן אינסטרוקטאַזש צווישן די זיכערהייט־לײַט, כּדי זיי זאָל וויסן, ווי אַזוי אויסצומײַדן די מעגלעכע מיספֿאַרשטייענישן און אומפּאַסיקע באַהאַנדלונג פֿון די רעליגיעזע חפֿצים. כּהן האָט צוגעגעבן, אַז די אינסטאַנץ האָט זיך תּמיד באַצויגן מיט פֿאַרשטאַנד צו די באַדערפֿענישן פֿון פֿרומע ייִדן, אַרײַנגערעכנט דעם ענין פֿון ברעכיקע מצות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.