צי מעג מען ווײַזן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע פֿרויען מיט אָפּגעגאָלטע קעפּ, וועלכע גייען אַרײַן אין גאַז־קאַמער, אויב די קעפּ זענען נישט צוגעדעקט?
דאָס איז איינע פֿון אַ ריי קשיות, וואָס די אָרגאַניזירער פֿונעם ערשטן חורבן־מוזיי פֿאַר פֿרומע ייִדן וועלן דאַרפֿן אַרומרעדן. אלי קעלמאַן, דער פֿרומער געשעפֿטסמאַן, וועלכער האָט געגרינדעט דעם פּראָיעקט צו בויען אַזאַ מוזיי אין ברוקלין, האָט לעצטנס געפֿרעגט די שאלה בײַ אַ חסידישן רבין. דער רבי האָט אים געענטפֿערט: „נישט נאָר איר מעגט עס ווײַזן. איר מוזט עס ווײַזן.‟
אָבער קלײַנמאַן, וועלכער האָט נישט געוואָלט אָנרופֿן דעם נאָמען פֿון דעם רבין, האָט געזאָגט, אַז ער דאַרף זיך אויך רעכענען מיטן מער קאָנסערוואַטיוון פֿליגל פֿונעם פֿרומען עולם. טאַקע דערפֿאַר האָט די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם פּראָיעקט באַשלאָסן, אַז ווען די שטרענגערע גרופּעס וועלן באַזוכן דעם מוזיי, וועט מען זיי ווײַזן אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג, וואָס נעמט נישט אַרײַן קיין בילדער פֿון פֿרויען.
די אָרגאַניזירער פֿונעם „חורבן־דערציִונג צענטער אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה קלײַנמאַן‟ (www.kfhec.org) זאָגן, אַז זייער מוזיי וועט זײַן דער ערשטער אויף דער וועלט, געווידמעט דעם קוקווינקל פֿון די ייִדן, וואָס היטן די תּורה.
קלײַנמאַנס ביידע עלטערן האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. זײַן 90־יאָריקע מאַמע, עטל קלײַנמאַן, האָט מיטגעמאַכט אוישוויץ און זײַן טאַטע, אַבֿרהם קלײַנמאַן האָט געאַרבעט אין אַ שקלאַפֿן־לאַגער און איז געגאַנגען אויף אַ טויטמאַרש. קלײַנמאַן האָט דערווײַל אינוועסטירט בערך 4.5 מיליאָן דאָלאַר אינעם פּראָיעקט, און זאָגט, אַז דער צענטער וועט לערנען מער ווי בלויז די געשיכטע פֿונעם חורבן. ער האָפֿט, אַז די תּלמידים וואָס מע וועט ברענגען אין מוזיי — פֿרומע קינדער צווישן דעם זיבעטן און צוועלפֿטן קלאַס — וועלן זיך אויך דערוויסן די וויכטיקייט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס און דינים דורך די העלדן, וואָס האָבן אַרויסגעוויזן העלדישקייט, מסירת־נפֿש, בטחון און אמונה.
אָבער לויט מײַקל בערענבוים, אַ חורבן־היסטאָריקער און אַ בעל־יועץ פֿונעם פּראָיעקט, וועט די אויסשטעלונג זיכער אַרויסרופֿן געמישטע געפֿילן בײַ געוויסע פֿרומע לײַט. למשל, ווען מע האָט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געפֿרעגט אַ שאלה בײַ הרבֿ יהושע־משה אַראָנסאָן, וועלכער האָט דעמאָלט געהאָרעוועט אין אַן אַרבעט־לאַגער אין קאָלין, טשעכאָסלאָוואַקײַ, צי מע מעג עסן טריפֿענע עסן — נישט בלויז כּדי אויסצומײַדן הונגער, אָבער אַפֿילו כּדי צו בלײַבן בײַ די כּוחות, האָט הרבֿ אַראָנסאָן געענטפֿערט, אַז נישט בלויז מעג מען עסן טריפֿהס אין אַזאַ סיטואַציע, אָבער ער האָט אַליין, ווי אַ דוגמא, געגעסן דאָס פֿאַרבאָטענע עסן בפֿרהסיא.
אין אַ צווייטן פֿאַל, האָט הרבֿ מיכאל־דבֿ ווײַסמאַנדל, אַן אָנגעזעענער פֿירער פֿון דער „אַגודה‟ אין טשעכאָסלאָוואַקײַ, שאַרף קריטיקירט אַ ייִדישן פּאַרטיזאַנער פֿאַר טראָגן ציצית, אַפֿילו אויב ער האָט זיי געטראָגן אונטערן העמד, האָט בערענבוים דערציילט.
„איר פֿאַרשטייט נישט וואָס דאָס הייסט, פּיקוח־נפֿש?‟ האָט דער רבֿ געפֿרעגט. ער האָט, אַ פּנים, מורא געהאַט, אַז דער פּאַרטיזאַנער וועט דערמאָרדעט ווערן דורך די נאַציס, אָדער אַפֿילו דורך זײַנע נישט־ייִדישע מיטקעמפֿער, אויב זיי דערוויסן זיך, אַז ער איז אַ ייִד. „דײַן וויכטיקסטע פֿליכט איצט איז צו בלײַבן לעבן,‟ האָט דער רבֿ געזאָגט.
קלײַנמאַן האָפֿט, אַז די באַזוכער וועלן זיך אויך דערוויסן וועגן דער פֿיל־פֿאָרביקער פֿרומער קהילה אין אייראָפּע פֿאַר דער מלחמה, און וועגן דעם אומגעריכטן ווידערוווּקס פֿון די פֿרומע קהילות נאָכן חורבן. ער וויל, אַז זיי זאָלן אויך קלערן מער וועגן אַנטיסעמיטיזם, און ווי אַזוי אַ ציוויליזירט לאַנד ווי דײַטשלאַנד קאָן אײַנגעזונקען ווערן אין באַרבאַרישקייט. די ייִדן באַצייכענען הײַנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווי אַ מדינה של חסד, אָבער קלײַנמאַן האַלט, אַז די אַמעריקאַנער טאָלעראַנץ קאָן פֿאַרשווינדן אין אַ רגע.
קלײַנמאַן האָט געזאָגט, אַז דער מוזיי וועט נישט איגנאָרירן די איבערלעבונגען פֿון די פֿרײַע ייִדן, אָדער קריטיקירן די לעבן־געבליבענע, וועלכע האָבן פֿאַרלוירן זייער בטחון אינעם אייבערשטן. איינער פֿון זײַנע אייגענע פֿעטערס, אַ לעבן־געבליבענער אין חיפֿה, ישׂראל, איז מער נישט פֿרום, האָט ער געזאָגט.
שלום פֿרידמאַן, דער דירעקטאָר פֿונעם מוזיי, זאָגט, אַז די חרדישע ישיבֿות און מיידל־שולן האָבן ביז לעצטנס כּמעט גאָרנישט געלערנט וועגן דעם חורבן, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ קינדער זענען דערצויגן געוואָרן אין משפּחות, וווּ די באָבע־זיידע זענען על־פּי־נס געראַטעוועטע. הײַנט לערנט מען קלאַסן וועגן דעם חורבן בלויז אין עטלעכע שולן פֿאַר מיידלעך.
דער מוזיי, וואָס וועט, האָפֿט מען, עפֿענען זײַנע טירן אינעם זומער פֿון 2015, וועט זיך געפֿינען אינעם בנין פֿון דער שיל „אַגודת ישׂראל זכרון משה‟ אין באָראָ־פּאַרק. אַחוץ דער אויסשטעלונג, וועט מען בויען אַן אַרכיוו, פֿאָרש־ביבליאָטעק, בילדונג־אָפּטייל, אינטער־אַקטיוון מעדיאַ־צענטער און אַ צימער, וווּ מע זעט ווידעאָס, וווּ פֿרומע ייִדן דערציילן וועגן זייער איבערלעבונג אינעם חורבן.
אַן אונטערנעמונג אין שײַכות מיטן מוזיי, וועט פֿאָרקומען דעם 14טן מײַ אין ברוקלין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.