הערמאַן טאַובע, אַ שרײַבער, פּאָעט און לאַנג־יאָריקער וואַשינגטאָן־קאָרעספּאָנדענט פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, איז ניפֿטר געוואָרן דעם 25סטן מאַרץ אין ראַקוויל, מערילאַנד. ער איז געווען 96 יאָר אַלט.
געבוירן דעם 2טן פֿעברואַר 1918 אין לאָדזש, איז טאַובע געבליבן אַ יתום בײַ אַ יונגן עלטער, און איז דערצויגן געוואָרן דורך זײַנע באָבע־זיידע, מירעלע און גרשון מאַנדל. בעת אַן אינטערוויו מיט אַ פֿאָרשטייער פֿונעם „אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי‟ אין וואַשינגטאָן, האָט ער דערציילט, אַז הערמאַן האָט יונגערהייט אָנגעהויבן שרײַבן פּאָעזיע פֿאַרן שול־בולעטין, און צו 15 יאָר האָט דער ייִדישער פּאָעט משה בראָדערזאָן, וועלכער איז געווען דעם זיידנס אַ שכן, פּובליקירט עטלעכע פֿון זײַנע לידער.
טאַובע האָט שטודירט אויף קראַנקן־ברודער און געוואָרן אַ סאַניטאַר אין דער פּוילישער אַרמיי נישט לאַנג נאָכן אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַנטלויפֿנדיק פֿון די דײַטשן אויף מיזרח, איז ער אַרעסטירט געוואָרן דורך דער סאָוועטישער אַרמיי און פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר. נאָך דעם ווי די דײַטשן האָבן אַרײַנמאַרשירט אינעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אין יוני 1941, האָט מען אים באַפֿרײַט, און ער האָט געאַרבעט ווי אַ סאַניטאַר אין דער צווייטער פּוילישער אַרמיי אין אוזבעקיסטאַן.
אין 1944 איז ער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, ווען זײַן סאַניטאַר־אויטאָ איז אַרויפֿגעפֿאָרן אויף אַ לאַנדמינע בעת אַ שלאַכט בײַ דער שטאָט קורסק. נאָך דער באַפֿרײַונג האָט ער געאַרבעט אינעם מײַדאַנעק־שפּיטאָל, וווּ מע האָט געבראַכט די געוועזענע קאַצעטן פֿונעם טרויעריק־באַרימטן קאָנצענטראַציע־לאַגער.
אין דער זעלבער צײַט האָט טאַובע חתונה געהאַט מיט סוזאַן סטראַוס, אַ לעבן־געבליבענע פֿון וואַשאַ, דײַטשלאַנד, וועלכע האָט מיטגעמאַכט די ריגער געטאָ און דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער קײַזערוואַלד. דאָס פּאָרל האָט זיך באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין 1947 — צו ערשט, אין באָלטימאָר, און דערנאָך — אין וואַשינגטאָן.
קורץ נאָך זײַן אָנקומען קיין אַמעריקע, האָט אַ שרײַבער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, יצחק מעצגער, אים אינטערוויויִרט, און טאַובע איז געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג. ער איז פֿאַרבליבן דער קאָרעספּאָנדעט פֿון באָלטימאָר און וואַשינגטאָן במשך פֿון כּמעט 60 יאָר, ברענגענדיק פֿאַרשידענע ידיעות, פֿאַרבונדן מיטן „ווײַסן הויז‟, און נאָך די 1980ער יאָרן — איבערגעגעבן די נײַעס וועגן דער גרינדונג און די אונטערנעמונגען פֿונעם וואַשינגטאָנער חורבן־מוזיי.
אַחוץ זײַן זשורנאַליסטישער אַרבעט, האָט טאַובע באַקומען אַ מאַגיסטער אין ליטעראַטור און שאַפֿעריש־שרײַבן פֿונעם אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט, און אַרויסגעלאָזט מער ווי 20 בענד בעלעטריסטיק און פּאָעזיע, אַרײַנגערעכנט איין בוך, וואָס וועט אין גיכן פּובליקירט ווערן, „אוזבעקער געשיכטעס: אַ ייִדישער סאַניטאַר בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה‟. זײַנע ווערק האָבן אָפֿט באַשריבן זײַנע איבערלעבונגען בשעת דער מלחמה און זײַנע אימיגראַנטישע יאָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אין דער הקדמה פֿון טאַובעס זאַמלונג פֿון 1986, „צווישן די שאָטנס‟, האָט עלי וויזעל געשריבן: „ער דערציילט אונדז סײַ וועגן די זמירות מיט צענדליקער יאָרן צוריק, סײַ דעם ׳איכה־דיקן׳ עגמת־נפֿש פֿון אַ דור, וואָס וויל אַלץ פֿאַרגעסן. טאַובע באַשרײַבט זײַנע אײַנדרוקן מיט אַלע פּיטשעווקעס — זײַנע באַגעגענישן מיט מענטשן, קינדער און אומבאַקאַנטע פֿאַרבײַגייער. און ער טוט עס מיט סענסיטיווקייט און גרויס פֿאַרשטאַנד.‟
טאַובע האָט אויך מיטגעאַרבעט מיט דער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון וואַשינגטאָנער אומגעגנט, און האָט אָפֿט רעפּרעזענטירט די פֿעדעראַציע אין די דעלעגאַציעס קיין ישׂראל און רומעניע. דערצו האָט ער געדינט אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם „בעל־יועץ־קאָמיטעט פֿאַר די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן‟ בײַ דער „ייִדישער אַגענטור פֿון סאָציאַלע באַדינונגען‟ אין מערילאַנד, וואַשינגטאָן און צפֿון־ווירדזשיניע. לכּבֿוד זײַן 95סטן געבוירן־טאָג האָט די אַגענטור אויפֿגעשטעלט אַ פֿאָנד פֿון $10,000, כּדי צו העלפֿן דער אָרטיקער שארית־הפּליטה.
אין זײַן הספּד, האָט ראַבינער סטואַרט ווײַנבלאַט, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער סינאַגאָגע, „בני־צדק‟ אין פּאָטאָמאַק, מערילאַנד, דערקלערט: „הערמאַן איז געווען אַן עדות פֿון אַ פֿאַרשוווּנדענער וועלט. מיט נישט ווייניק כּעס, אָבער אָן בייזוויליקייט, האָבן זײַנע ווערק ווידער אויפֿגעלעבט פֿאַר אונדזערע אויגן יענע ייִדן, וואָס מע האָט זיי אַזוי אַכזריותדיק אַוועקגעקוילעט, ווי אויך דעם לעבן־שטייגער, וואָס איז מיט זיי צעשטערט געוואָרן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.