די הריגה פֿון דרײַ מענטשן אין צוויי ייִדישע אינסטיטוציעס אין קאַנזאַס־סיסטי אַ טאָג פֿאַר פּסח האָט שטאַרק צעטרייסלט די אָרטיקע ייִדישע קהילה. פֿון דעסטוועגן, האָבן די כּלל־טוער געמוטיקט די ייִדן ממשיך צו זײַן מיט זייערע צוגרייטונגען אויף יום־טובֿ.
„דאָס פּראַווען פּסח איז אַ טײַערער מאָמענט בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן,‟ האָט דערקלערט פּאָל גאָלדענבערג, דער דירעקטאָר פֿון דער „זיכערהייט קהילה־נעץ‟, וואָס קאָנטראָלירט די זיכערהייט־מיטלען פֿאַר ייִדישע אָרגאַניזאַציעס איבער אַמעריקע. „אַזאַ אַקט טאָר אונדז נישט אָפּשטעלן פֿון גיין אין שיל אין אַ ייִדישן קהילה־צענטער אָדער אויף יום־טובֿ־פֿײַערונגען.‟
דער אַטאַקירער, אַ טרויעריק־באַרימטער ווײַסער סופּרעמאַטיסט, פֿרייזשער גלען קראָס, האָט בפֿירוש געזוכט ייִדישע קרבנות, האָט באַמערקט ראַבינער הערבערט מאַנדל, אַ ייִדישער קאַמפּלאַן מיט דער קאַנזאַס־סיטי פּאָליציי. פּונקט פֿאַר דער שיסערײַ אין די צוויי אינסטיטוציעס — אַ ייִדישער קהילה־צענטער און אַ ייִדיש הויז פֿאַר עלטערע לײַט — האָט קראָס געהאַט אויסגעשריגן נאַציסטישע לאָזונגען, און נאָכן אַרעסטירט ווערן, סאַלוטירט: „הײַל היטלער!‟
די איראָניע איז אָבער, וואָס צוויי פֿון די אומגעקומענע זענען דווקא געווען קריסטן: אַ 14־יאָריק ייִנגל, ריט גריפֿין אָנדערוווּד, און זײַן זיידע, וויליאַם לויִס קאָרפּאָראָן. דער דריטער קרבן, אַ ייִדישע אײַנוווינערין פֿון „ווילעדזש שלום‟, אַ הויז פֿאַר עלטערע לײַט, איז דערשאָסן געוואָרן, אַרויסגייענדיק פֿונעם הויז, וואָס געפֿינט זיך בערך אַ מײַל אַוועק פֿונעם קהילה־צענטער.
„מיר שיקן אונדזערע טיפֿע מיטפֿילונגען די משפּחות, וואָס האָבן פֿאַרלוירן אַ נאָענטן מענטשן אין דעם טראַגישן טאָג,‟ האָט דער ייִדישער קהילה־צענטער פֿון קאַנזיאַס־סיטי דערקלערט. „מיר באַדאַנקען פֿון טיפֿן האַרצן די אַלע אין קאַנזאַס־סיסטי און איבער דער וועלט, וואָס האָבן אויסגעדריקט זייער מיטגעפֿיל, זאָרג און שטיצע.‟
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט מאָנטיק אין דער פֿרי אַרויסגעלאָזט אַ טרויער־אויסדרוק די משפּחות פֿון די קרבנות: „מיר פֿאַרדאַמען דעם מאָרד וואָס איז, אַ פּנים, דורכגעפֿירט געוואָרן צוליב אַ שׂינאה צו ייִדן. מדינת־ישׂראל, ווי אַלע ציוויליזירטע איבער דער וועלט, פֿילט אַ חובֿ צו קעמפֿן קעגן דער מגפֿה.‟
דער ייִדישער קהילה־צענטער, וווּ עס געפֿינט זיך די איינציקע אָרטיקע ייִדישע טאָגשול — „די העברעיִשע אַקאַדעמיע אויפֿן נאָמען פֿון הײַמאַן ברענד‟ — איז געווען זייער פֿאַרנומען זונטיק אין דער פֿרי. עטלעכע גרופּעס זענען בײַגעווען אויף די זיצונגען, און די טאָגשול האָט זיך געגרייט צו אַ טאַנץ־אָוונט.
מאַט דייוויס, אַן אָרטיקער ייִדישער אײַנוווינער, האָט געזאָגט דער Kansas City Star, אַז ער איז געפֿאָרן מיט זײַן זון אין געשעפֿט צו קויפֿן פֿאַר אים אַן אַנצוג צו זײַן בר־מיצווה, ווען ער האָט דערזען ווי די פּאָליציי אַרעסטירט דעם פֿאַרדעכטיקטן. „מיר וווינען אין אַ ייִדישער קהילה, און ס׳איז שווער צו באַנעמען אַזאַ זאַך, אַ שׂינאה־פֿאַרברעכן,‟ האָט ער באַמערקט.
מאַנדל האָט געזאָגט, אַז דער אַטאַק איז געווען אַ ספּעציעל־גרויסער קלאַפּ, ווײַל ער איז פֿאָרגעקומען פּונקט ערבֿ־פּסח. „די קהילה אין קאַנזאַס־סיטי איז אָבער זייער אַ וואַרעמע, וואָס קומט זיך תּמיד צונויף בעת אַ קריזיס,‟ האָט ער באַמערקט.
אין קאַנזאַס־סיטי וווינען בערך 20,000 ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.