װי אַ נײַער באַװײַז, אַז די באַציִונגען צװישן אַרגענטינע און ישׂראל הייבן זיך אָן צו פֿאַרבעסערן נאָכן סיכסוך, װאָס איז אַנטשטאַנען צוליב דעם פּאָלעמישן אָפּמאַך מיט איראַן, האָט די אַרגענטינער רעגירונג אינפֿאָרמירט, אַז דער אויסערן־מיניסטער העקטאָר טימערמאַן װעט אָפֿיציעל באַזוכן ישׂראַל דעם 28סטן דעם חודש, אײַנגעלאַדן דורך דער רעגירונג. ער װעט זיך טרעפֿן מיט אַבֿיגדור ליבערמאַנען און מיט אַנדערע פֿאָרשטייער פֿון דער רעגירונג און אָפּאָזיציע.
דער סדר־היום איז נאָך דעפֿיניטיװ ניט באַשטימט, אָבער מען װייסט, אַז עס װעט פֿאָרקומען אַ מאָלצײַט דעם זעלביקן טאָג פֿון קומען נאָך דער חורבן־הזכּרה. מען רעכנט, אַז עס װעט אים באַגלייטן דער סעקרעטאַר פֿאַר אויסערלעכע באַציִונגען פֿונעם אַרגענטינער סענאַט. זײַן רײַזע גייט אַרײַן אין דער נײַער דיפּלאָמאַטישער סטראַטעגיע, מיט װעלכע אַרגענטינע זוכט צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט ישׂראל.
נאָכן אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך מיט איראַן האָט טימערמאַן געהאַט באַשולדיקט ישׂראל אין זיך אַרײַנמישן אין דער אַרגענטינער פּאָליטיק. צװיי הויכע באַאַמטע פֿון אויסערן־מיניסטעריום האָבן לעצטנס דערקלערט, אַז דער אָפּמאַך איז דעפֿיניטיװ „טויט און באַגראָבן‟, און בעת זײַן באַריכט פֿאַרן קאָנגרעס האָט דער שעף פֿון קאַבינעט, כאָרכע קאַפּיטאַניטש, אויסגערעכנט כראָנאָלאָגיש די שריט פֿונעם אָפּמאַך, אָבער זיך נישט אַרויסגעזאָגט װעגן זײַן צוקונפֿט.
דער ישׂראלדיקער אויסערן װיצע־מיניסטער האָט געזאָלט באַזוכן אַרגענטינע דעם 18טן מאַרץ און זיך באַטייליקן אויפֿן דערמאָנונגס־אַקט נאָכן אַטענטאַט אויף דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, און זיך טרעפֿן מיט טימערמאַנען, אָבער דער שטרײַק פֿון דיפּלאָמאַטישע באַאַמטע האָט נישט דערמעגלעכט זײַן רײַזע.
די עקאָנאָמישע באַציִונגען צװישן ביידע לענדער האָבן זיך פֿאַרשטאַרקט די לעצטע חדשים און די פֿאַרהאַנדלונגען, אַז אַרגענטינע זאָל קויפֿן עראָפּלאַנען „כּפֿיר בלאָק 60‟ צו פֿאַרבײַטן אירע „מיראַזשן‟, װאָס זײַנען שוין 40 יאָר אַלט, גייען נאָך אָן. דעם אָפּמאַך, אין באַטרעף פֿון 200 מיליאָן דאָלאַר, האָט מען געשלאָסן, װען אַן אַרגענטינער מיליטערישער דעלעגאַציע האָט באַזוכט ישׂראל.
דעם לעצטן זונטיק זײַנען פֿאָרגעקומען אין דעם טעאַטער־זאַל פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה צװיי פֿאָרשטעלונגען פֿון אַ קינדער־ספּעקטאַקל מיט לידער, טענץ און זשאָנגליאָרן. דער יונגער עולם האָט שטאַרק גענאָסן, און בײַם סוף האָט מען אַרײַנגעפֿירט דעם יום־טובֿ פּסח.
דעם לעצטן זונטיק איז צום ערשטן מאָל פֿאָרגעקומען אַן אינטערעסאַנטע אַקטיװיטעט, געװידמעט דעם יום-טובֿ פּסח. בײַ אַ הונדערט יוגנטלעכע האָבן זיך געטראָפֿן אין װיזשאַ קרעספּאָ, אַ געגנט באַװוינט פֿון אַ סך ייִדן, און אַרויסגעפֿאָרן מיט זייערע װעלאָסיפּעדן צום ברעג לאַ פּלאַטאַ טײַך, אַ 10 ק״מ בערך. אויף דער פֿרײַער לופֿט האָבן זיי געהערט אַ לעקציע װעגן פּסח און געזען אַ ספּעקטאַקל פֿון לידער און הומאָר. די אַקטיוויטעט איז אָרגאַניזירט געװאָרן פֿון אַ נאָר װאָס געשאַפֿענער ייִדישער יוגנט־אָרגאַניזאַציע.
נאָך פּסח הייבט זיך אָן דער קורס פֿאַר יוגנטלעכע, װאָס דער ירושלימער אוניװערסיטעט אָרגאַניזירט אין בוענאָס־אײַרעס, צוזאַמען מיט דער יוגנט פֿון דער „בני־ברית‟ אָרגאַניזאַציע. דער דערפֿאָלג פֿון דעם קורס האָט געפֿירט דערצו מען זאָל אָנהייבן צוגרייטן אַ ספּעציעלן קורס אויך פֿאַר דערװאַקסענע.
בוענאָס־אײַרעס האָט אַ מאָל געשמט איבער דער װעלט מיט איר ייִדישער שול־סיסטעם, איבערהויפּט מיט אירע לערער. דער לערער־סעמינאַר בײַ דער קהילה, די מדרשה און שפּעטער די מכללה האָבן צוגעגרייט לערער פֿאַר פֿאָלקשולן און מיטלשולן פֿון דעם גאַנצן לאַנד; די ייִדישע װעלט האָט גענאָסן פֿון אַרגענטינער ייִדישע לערער און אינטעלעקטואַלן, דערצויגענע אין די ייִדישע שולן.
הײַנט פֿעלן אויס לערערס און דער ראַבינער־סעמינאַר האָט דערעפֿנט אַ קורס צו פֿאַרפֿולקומען יוגנטלעכע און זיי שנעל צוגרייטן צו לערערײַ. 22 יוגנטלעכע צװישן 17 און 22 יאָר זײַנען אָנגענומען געוואָרן אין דער פּראָגראַם „יונגע לערערס‟; אייניקע פֿון זיי אַרבעטן שוין אין 6 טאָגשולן. דאָס איז פֿון איין זײַט אַ דערפֿריידנדיקע ידיעה, אָבער אין דער אמתן, איז דאָס אַ טרויעריקע ידיעה, װײַל דאָס ווײַזט, װי מען מוז אימפּראָװיזירן מיט לערער אָן אַ געהעריקער אויסשולונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.