איך האַלט אין איין שרײַבן וועגן דעם רוסיש-אוקראַיִנישן קאָנפֿליקט, ווײַל דאָרטן, גלייב איך, ווערט אין אַ היפּשער מאָס באַשלאָסן אונדזער צוקונפֿט. געוויסע שינויים זעט מען שוין איצט; אַ שטייגער, די מערבֿדיקע וועלט איז, ניט געקוקט אויף אַלע אונטערשיידן צווישן די לענדער, שוין לאַנג ניט געווען אַזוי קאָנסאָלידירט ווי הײַנט. די סכּנה מצד רוסלאַנד פֿאָדערט עס פֿון זיי. גלײַכצײַטיק ווערט רוסלאַנד אַלץ מער פֿאַשיסטיש און, אין דער אינטערנאַציאָנאַלער וועלט, איזאָלירט.
די טעג האָב איך גערעדט מיט מײַן גוטן פֿרײַנד פֿון פּעטערבורג (דעם רוסישן, ניט דעם פֿלאָרידער). האָט ער פּלוצעם אַ זאָג געטאָן: „נתניהו איז צו אונדז פֿון דעסטוועגן ניט געקומען. ער האָט זיך צונויפֿגערעדט צו קומען צוזאַמען מיט פּוטינען אויף דער פֿאָרשטעלונג פֿון זײַן ברודערס פּיעסע‟. האָב איך נאָך דעם שמועסן גענומען זוכן, וועגן וואָס עס גייט דאָ די רייד.
עס ווײַזט זיך אויס, אַז בנימין נתניהוס ברודער, עדו, איז אַ שרײַבער און דווקא אַ באַקאַנטער. זײַן חורבן-טעמאַטישע פּיעסע „העפּי ענד‟ האָט געשטעלט אַ יוגנט-טעאַטער פֿון טאַשקענט, און דעם 9טן אַפּריל האָט די דאָזיקער טרופּע געשפּילט די פּיעסע אין פּעטערבורג. קיין חידוש ניט, אַז דער מחבר איז געווען צופֿרידן צו זײַן דאָרטן בעת דער פּרעמיערע.
וואָס שייך זײַן ברודער, דעם פּרעמיער-מיניסטער, איז די רייד געגאַנגען וועגן גאָר אַן אַנדער זאַך. ער האָט געהאַט אָנגענומען וולאַדימיר פּוטינס פֿאַרבעטונג צו קומען אויף אַ קאָנצערט, וואָס איז פֿאַרפּלאַנירט אויף יוני חודש. אָבער לעצטנס האָט בנימין נתניהו באַשלאָסן, אַז עס וועט זײַן קליגער די דאָזיקע נסיעה אָפּצושאַפֿן. אַ סבֿרא, אַז מע האָט אין די ישׂראלדיקע הויכע פֿענצטער, סוף-כּל-סוף, באַשלאָסן „אַראָפּצוקריכן פֿונעם פּלויט‟ און ווײַזן, אַז דאָס לאַנד געהערט צום מערבֿדיקן צד. בינו-לבינו, איז אויסגעזוכט געוואָרן אַ תּירוץ, וואָס „דערקלערט‟, פֿאַר וואָס ישׂראל האָט אין די פֿאַראייניקטע נאַציעס זיך אײַנגעהאַלטן פֿון שטימען קעגן דער רוסישער אַנעקסיע פֿון קרים. דער תּירוץ איז אַזאַ: דער אויסערן-מיניסטעריום האָט דעמאָלט געשטרײַקט. קיינער האָט די דאָזיקע דערקלערונג ניט אויפֿגענומען ערנסט, ווײַל סײַ נתניהו און סײַ זײַן אויסערן-מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, האָבן גערעדט קלאָרע דיבורים וועגן זייער „נייטראַליטעט‟.
ווער זשע שטיצט איצט רוסלאַנד אין דעם קרימער ענין? אַפֿילו די נאָענטסטע מקורבֿים, ווײַסרוסלאַנד און קאַזאַכסטאַן, ווײַזן אַרויס ווייניק ענטוזיאַזם אין דער דאָזיקער פֿראַגע. אַ הייסן ענטוזיאַזם האָט אַרויסגעוויזן, למשל, מאַרין לע פּען, וועלכע האָט איבערגענומען פֿון איר טאַטן די פֿירערשאַפֿט אין דעם פֿראַנצויזישן „נאַציאָנאַלן פֿראָנט‟. אין אונגאַרן האָט די ראַדיקאַלע, נאַציאָנאַל-קאָנסערוואַטיווע און פּשוט אַנטיסעמיטישע פּאַרטיי „יאָביק‟ אויך אונטערגעהאַלטן די אַנעקסיע. און אין אַמעריקע האָט דער פּראָפֿעסאָר סטיווען כּהן באַקומען די רעפּוטאַציע פֿון פּוטינס הייסן חסיד.
פֿון וואַנען ווייס איך עס? מיט אַ צײַט צוריק האָב איך געקראָגן אַ בליצבריוו פֿון דער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל The Nation. עפּעס אַ „טיפֿער קענער‟ פֿון ייִדיש האָט זיי אָנגעשריבן, אַז „שלום-עליכם‟ איז גאָר ניט ייִדיש, נאָר העברעיִש און אפֿשר אַפֿילו אַראַביש. דערפֿאַר איז ניט ריכטיק צו טענהן, אַז דער קלאַסיקער פֿון אונדזער ליטעראַטור האָט געטראָגן אַ ייִדישן נאָמען. האָב איך, אויף וויפֿל מײַנע כּוחות האָבן מיר דערלויבט, צונויפֿגעשטעלט אַן ענטפֿער, און ווי אַ פּאָדיאַקע שיקט מיר די רעדאַקציע פֿרישע נומערן פֿון זייער אויסגאַבע, וועלכע איך האָב פֿריִער קיין מאָל ניט געלייענט.
דער זשורנאַל האָט אַ געוואַלדיקע מעלה: ער פֿאַרנעמט ווייניק אָרט. אַזוי אַז איך נעם עס מיט זיך מיט צו לייענען אויפֿן וועג. פּאָליטיש איז דער זשורנאַל, ווי מיר שײַנט, ניט קיין לינקער און ניט קיין רעכטער, נאָר אַ פּגם-זוכנדיקער. דאָס הייסט, אַז מע פֿרייט זיך אַלע מאָל, ווען מע געפֿינט נאָך איין סימן, וואָס ווײַזט, אַז די אַמעריקאַנער פּאָליטיק, איצט און נעכטן, איז אַ שלעכטע. אייניקע אַרטיקלען, אָן אַ שײַכות צו פּגם-זוכעניש, זײַנען מיר באמת געפֿעלן געוואָרן.
בײַם לייענען דעם „ניישן‟ האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז סטיווען כּהן איז איינער פֿון די אָפֿטע מחברים פֿונעם זשורנאַל. ערגעץ האָב איך געהאַט געלייענט, אַז זײַן פֿרוי רעדאַקטירט דעם „ניישן‟. אַזוי צי אַזוי, שרײַבט ער דאָרטן, אַז אין דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע, איז אין אַ היפּשער מאָס שולדיק די אַמעריקאַנער פּאָליטיק. מע האָט, טענהט כּהן, געהאַלטן אין איין באַליידיקן רוסלאַנד, און די פּאָליטישע שפּיל אין אוקראַיִנע איז געווען דער לעצטער שפּײַ אין פּנים, וועלכן פּוטין האָט, נעבעך, געקענט פֿאַרטראָגן. און אַזוי ווײַטער.
איך בין זיכער, אַז פּראָפֿעסאָר כּהן קען גוט רוסיש, ער איז דאָך אַן אָנערקענטער מומחה אין דער רוסישער און סאָוועטישער געשיכטע, און האָט אַ סך געשריבן וועגן דעם. אָבער איך בין גאָר ניט זיכער, צי ער קוקט די רוסישע טעלעוויזיע און לייענט די רוסישע פּרעסע. אַנדערש וואָלט ער שוין לאַנג פֿאַרשטאַנען, אַז דאָרטן האָט מען יאָרנלאַנג, אומאָפּהענגיק פֿון דעם וואָס עס טוט אַמעריקע צי מערבֿ-אייראָפּע, קולטיווירט אַ ביטערע שׂינאה צו דער מערבֿדיקער וועלט.
רוסלאַנד, וואָס האָט אַן עקאָנאָמיע צען מאָל שוואַכער פֿון דער מערבֿדיקער, האָט בשום-אופֿן ניט געוואָלט, און וויל נאָך אַלץ ניט, פֿאַרנעמען אַ געהעריק אָרט צווישן אַנדערע מדינות. די אידעאָלאָגיע פֿון פּוטיניזם דערלויבט עס ניט, ווײַל, לויט דער דאָזיקער אידעאָלאָגיע, האָט דווקא רוסלאַנד געשאַפֿן די „בעסטע ציוויליזאַציע‟ אויף דער וועלט. דערפֿאַר קען ניט רוסלאַנד זײַן סתּם איינע פֿון די מלוכות, עס מוז זײַן — „נומער איינס‟.
פּראָפֿעסאָר כּהן וויל עס ניט באַמערקן. ער האָט פֿאַר זיך געשאַפֿן אַ באַזונדערע רעאַלקייט און פּרוּווט אײַנרעדן אַנדערע, אַז פּוטין איז אַ מענטש, מיט וועלכן מע קען גיין צום טיש. ער רוקט אויך אַרויס דעם ייִדישן אַרגומענט, אַז צו די ייִדן איז פּוטין גוט. די גוטסקייט זײַנע דעמאָנסטרירט פּוטין בעת זײַנע באַגעגענישן מיט די ליובאַוויטשער חסידים, וועלכע האַלטן אין איין לויבן אים. אָבער עס וואָלט ניט געשאַט פּראָפֿעסאָר כּהן אַ שמועסט טאָן מיט די
מאָסקווער צי פּעטערבורגער ייִדישע אינטעלעקטואַלן, וואָלטן זיי (לכל-הפּחות ס‘רובֿ פֿון זיי) אים געזאָגט דאָס וואָס איך הער פֿון זיי: „ס‘איז מיאוס צו זײַן דאָ. עס שמעקט דאָך מיט פֿאַשיזם‟.
לענין האָט אַ מאָל גערעדט וועגן „ניצלעכע אידאָטן‟. ער האָט געמיינט די אויסלענדישע אינטעלעקטואַלן, וואָס זײַנען פֿאַרליבט געוואָרן אין דער סאָוועטישער אידעע. חבֿר לענין, וואָס זײַן 144סטן געבוירן־טאָג, מערקט מען אָפּ דעם 22סטן אַפּריל, איז טאַקע געווען אַ קלוגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.