אין 2009 האָט דער זשורנאַליסט פֿון דער רוסישער אױדיציע „ראַדיאָ ליבערטי‟, איװאַן טאָלסטױ, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך מיטן טיטל „פּאַסטערנאַקס ראָמאַן ׳דאָקטאָר זשיװאַגאָ׳ צװישן קאַ-גע-בע און סי־אײַ־אײ‟. אינעם דאָזיקן בוך האָט טאָלסטױ געטענהט, אַז פּאַסטערנאַקס ראָמאַן איז אַרױס אין אױסלאַנד מיט דער הילף פֿון דער אַמעריקאַנער געהײמער אױסשפּיר־דינסט, װאָס האָט אים גענוצט װי אַ געװער אין דער קאַלטער מלחמה.
פּאַסטערנאַקס אַמביציע, האַלט טאָלסטױ, איז געװען אָנצושרײַבן אַ קרױנװערק, װאָס װעט אים שאַפֿן אַ שם פֿונעם גרעסטן לעבעדיקן רוסישן שרײַבער. לכתּחילה האָט ער געהאָפֿט, אַז דער ראָמאַן װעט אַרױס אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, אָבער דאָס האָט זיך ניט באַקומען. די ערשטע פּובליקאַציע איז אַרױס אױף איטאַליעניש אין אַ לינקן פֿאַרלאַג, ניט געקוקט אױף די פּראָטעסטן מצד דער סאָװעטישער רעגירונג; אָבער בײַם שרײַבער איז דאָס װיכטיקסטע געװען צו זען דװקא אַ רוסישע אױסגאַבע פֿון זײַן װערק.
פּאַסטערנאַקס באַגער איז צונױפֿגעפֿאַלן מיט די פּלענער פֿון דער אַמעריקאַנער אױסשפּיר־דינסט „סי־אײַ־אײ‟, װאָס האָט געזוכט פּראָפּאַגאַנדיסטישע כּלים צו באַקעמפֿן דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין דער קאַלטער מלחמה. סײַ די פּובליקאַציע פֿונעם ראָמאַן, סײַ די װילדע העצע־קאַמפּאַניע, װאָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד קעגן דעם באַרימטן רוסישן שרײַבער, האָבן זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין די ראַמען פֿון דעם דאָזיקן פּלאַן. די סאָװעטישע מאַכט האָט אַנטפּלעקט איר עכטן פּרצוף פֿאַר דער לינקער אײראָפּעיִשער געזעלשאַפֿטלעכקײט. די רדיפֿות קעגן פּאַסטערנאַק האָבן בפֿירוש געװיזן, אַז דער רעפּרעסיװער עצם פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים האָט זיך ניט געביטן נאָך סטאַלינס טױט.
װאָס זשע איז געװען פּאַסטערנאַקס ראָלע אין דער דאָזיקער געהײמער אָפּעראַציע? טאָלסטױ האַלט, אַז זײַנע מאָטיװן האָבן גאָר ניט געהאַט צו טאָן מיט די אינטערעסן פֿון דער אַמעריקאַנער אױסשפּיר־דינסט: „פּאַסטערנאַק איז געװען ניט מער װי אַ שפּילעכל אין די הענט פֿון די גרױסע קעגנערישע כּוחות‟. פּאַסטערנאַקס באַציִונגען מיט דער סאָװעטישער מלוכה זײַנען געװען קאָמפּליצירטע. ער האָט געשטיצט די אָקטאָבער־רעװאָלוציע און איז געבליבן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, הגם זײַן משפּחה האָט עמיגרירט, צוערשט, קײן דײַטשלאַנד און דערנאָך קײן ענגלאַנד. אין די 1920ער יאָרן איז פּאַסטערנאַק אָפֿיציעל אָנערקענט געװאָרן װי אײנער פֿון די בעסטע און װיכטיקסטע סאָװעטישע פּאָעטן. אין די 1930ער יאָרן האָט מען אים אָפּגערוקט אין דער זײַט, אָבער די רדיפֿות פֿון 1937 האָבן אים ניט אָנגערירט.
לױט טאָלסטױס טעאָריע, איז דער ראָמאַן „דאָקטאָר זשיװאַגאָ‟ „פֿאַרקניפּט‟ געװאָרן נאָך דעם, װי פּאַסטערנאַק האָט באַזוכט דעם אינטערנאַציאָנאַלן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָנגרעס אין פּאַריז אין 1935. ער איז שטאַרק נתפּעל געװאָרן פֿון דער התלהבֿותדיקער אױפֿנאַמע צװישן די אײראָפּעיִשע ליטעראַטן. זײ האָבן אים געהאַלטן שיִער ניט פֿאַר אַ נבֿיא, און דערװאַרט פֿון אים אַ נײַע גרױסע ליטעראַרישע שאַפֿונג. דעמאָלט האָט פּאַסטערנאַק פֿאַרשטאַנען, אַז כּדי צו רעאַליזירן זײַן שליחות אין דער רוסישער ליטעראַטור, דאַרף ער שאַפֿן אַ װערק פֿון אַ גרױסן פֿאַרנעם. אין דער רוסישער טראַדיציע הײסט עס, אַ גרױסער װעלט־היסטאָרישער ראָמאַן.
װען טאָלסטױס בוך איז אַרױס מיט פֿינעף יאָר צוריק אין מאָסקװע, האָט מען עס אױפֿגענומען װי אַ ביליקע סענסאַציע, װאָס איז באַזירט אױף סבֿרות און רכילות. קײן האַרטע דאָקומענטאַלע גבֿית־עדותן, אַז דװקא די „סי־אײַ־אײ‟ איז געשטאַנען הינטער דער פּובליקאַציע און פֿאַרשפּרײטונג פֿון „דאָקטאָר זשיװאַגאָ‟, האָט טאָלסטױ ניט געהאַט. דאָס רובֿ ערנסטע פּאַסטערנאַק־פֿאָרשער האָבן אים ניט געגלייבט. אָבער ערשט מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק, דעם 5טן אַפּריל, האָט זיך אין דער „װאַשינגטאָן פּאָסט‟ באַװיזן אַן אַרטיקל, װאָס האָט צוגעשטעלט די נײטיקע פֿאַקטישע שטיצע פֿאַר טאָלסטױס רעקאָנסטרוקציע.
װי עס קומט אַרויס פֿון די געהײמע דאָקומענטן פֿון דער „סי־אײַ־אײ‟, װאָס זײַנען אָקערשט פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן, האָט מען באַקומען די פֿאָטאָגראַפֿישע קאָפּיע פֿונעם ראָמאַן אין „סי־אײַ־אײ‟ פֿון דער בריטישער אױסשפּיר־דינסט, װאָס האָט בגנבֿה פֿאָטאָגראַפֿירט דעם טעקסט אינעם באַגאַזש פֿון פּאַסטערנאַקס אַ באַקאַנטער. די פֿאַרװאַלטונג פֿון „סי־אײַ־אײ‟ האָט גלײַך פֿאַרשטאַנען דעם גרױסן װערט פֿונעם דאָזיקן כּתבֿ־יד און אַרױסגעלאָזט אַ מעמאָראַנדום: „מיר האָבן אַ מעגלעכקײט צו לאָזן די סאָװעטישע בירגער זיך חידושן, אַז נישט אַלץ איז גלאַטיק מיט זײער רעגירונג, אויב אַ װערק פֿון אַ מאַן, װאָס מען האַלט אים פֿאַרן גרעסטן לעבעדיקן רוסישן שרײַבער, איז ניט צוטריטלעך אין זײַן לאַנד אױף זײַן לשון פֿאַר זײַן פֿאָלק.‟
די אָפּעראַציע איז גוטגעהײסן געװאָרן אין די סאַמע הױכע פֿענצטער פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע. דערבײַ האָט מען באַטאָנט, אַז „די האַנט פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג דאַרף בשום אופֿן ניט אַנטפּלעקט װערן‟. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט מיט אַ ברײטער האַנט געשטיצט די פּובליקאַציע און די פֿאַרשפּרײטונג פֿונעם ראָמאַן אױף רוסיש און אין איבערזעצונגען אױף אַנדערע שפּראַכן איבער דער גאַנצער װעלט.
די פּובליקאַציע, דװקא פֿונעם רוסישן טעקסט פֿון פּאַסטערנאַקס ראָמאַן, האָט געהאַט אַ הויכן פּאָליטישן אָפּקלאַנג. דער מחבר האָט באַקומען דעם נאָבעל־פּריז, און דאָס האָט שטאַרק אױפֿגעבראַכט די סאָװעטישע פֿירערשאַפֿט. מען האָט פּאַסטערנאַקן געצװוּנגען זיך אָפּצוזאָגן פֿונעם פּריז און דערצו נאָך אים אױסגעשלאָסן פֿונעם סאָװעטישן שרײַבער־פֿאַראײן. אָבער צוליּב דעם ראָמאַן איז ער טאַקע פֿאַרבליבן אין דער געשיכטע, װי אײנער פֿון די גרעסטע רוסישע שרײַבער אין 20סטן יאָרהונדערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.