ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

קינאָ־רעזשיסאָר און שרײַבער, עדגאַרדאָ קאָזאַרינסקי
קינאָ־רעזשיסאָר און שרײַבער, עדגאַרדאָ קאָזאַרינסקי

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published April 24, 2014, issue of May 23, 2014.

אינטערנאַציאָנאַלער ביכער־יאַריד

דער 40סטער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער-יאַריד אין בוענאָס-אײַרעס איז די טעג דערעפֿנט געװאָרן, און װעט אָנגיין ביזן 12טן מײַ. דער ייִװאָ װעט זײַן פֿאַרטראָטן, און מע װעט אויך קענען קויפֿן ייִדישע ביכער. דער יאַריד איז דער גרעסטער אין דער שפּאַנישער װעלט און מען שאַצט, אַז איבער אַ מיליאָן באַזוכער װעלן זײַן אין קאָנטאַקט מיט ביכער, שרײַבער און ספּעקטאַקלען.


פֿילמען פֿונעם קינאָ־רעזשיסאָר און שרײַבער, עדגאַרדאָ קאָזאַרינסקי

עדגאַרדאָ קאָזאַרינסקי איז אַן אַרגענטינער שרײַבער און פֿילם־רעזשיסאָר, װאָס האָט געמוזט אין די 1970ער יאָרן פֿאַרלאָזן אַרגענטינע איבער פּאָליטישע סיבות, און זיך באַזעצן אין פֿראַנקרײַך.

אין די 80ער יאָרן קומט ער צוריק אין לאַנד און זעצט פֿאָר זײַן קאַריערע. די ייִדישע טעמאַטיק פֿאַרנעמט אַ סך אָרט אין זײַנע שאַפֿונגען. זײַן פֿילם „ראָטשילדס פֿידל‟, באַזירט אויף זײַן ראָמאַן, איז ברייט אויפֿגענומען געװאָרן פֿון דער קריטיק און האָט געהאַט גרויס דערפֿאָלג אויף אינטערנאַציאָנאַלע פֿילם-פֿעסטיװאַלן. טשעכאָװס אַ דערציילונג; אַ ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר — בנימין פֿליישמאַן, און זײַן לערער שאָסטאַקאָװיטש, זײַנען די העלדן פֿונעם פֿילם, װאָס אַנטװיקלט זיך ביז די שװערע מאָמענטן פֿון דער צװייטער װעלט-מלחמה, בעת דער באַלאַגערונג פֿון לענינגראַד.

זײַן לעצטער פֿילם, „בריװ צו אַ פֿאָטער‟, איז אַ דאָקומענטאַר װעגן דער ייִדישער אימיגראַציע קיין אַרגענטינע. שיפֿן, רײַזעס, משפּחה-בריװ — איז די ירושה, װאָס זײַן פֿאָטער לאָזט-איבער אין אַ ייִדישער קאָלאָניע פֿון באַראָן הירש אין דער פּראָװינץ ענטרע ריאָס. אין איבער אַ שעה צײַט פּרוּװט קאָזאַרינסקי צו מאַכן אַן אַרכעאָלאָגישע רעקאָנסטרוקציע, אַ װיזועלע עסיי פֿון זכרונות, שפּורן, װאָס העלפֿן צו געפֿינען דעם יונג־פֿאַרלוירענעם פֿאָטער, דורך בריװ, חפֿצים, כּלים, אַד״גל. זינט 2010 זײַנען זײַנע שאַפֿונגען אַ פּרוּװ אַרײַנצודרינגען אין זײַן פֿאַרגאַנגענהייט; „פֿאַרצייכענונגען פֿאַר אַן אויסגעטראַכטער ביאָגראַפֿיע‟ און „נאָקטורן‟ — זײַנען אינטימע פֿילמען, פֿול מיט פּאָעזיע. אין זײַן לעצטן פֿילם, „בריװ צו אַ פֿאָטער‟, ניצט ער אויס ציטאַטן פֿון פּרץ, טאַרקאָװסקי און װילקאָק. קאָזאַרינסקיס לאָזונג איז בילי װײַלדערס אַ ציטאַט פֿון זײַן פֿילם „סאַנסעט בולעװאַר‟: „אַ דעטעקטיװ אַנטדעקט, סוף־כּל־סוף, עפּעס װעגן זיך אַליין‟, און זײַן ירושה קען אַנטדעקט װערן אין זײַן לעצטן פֿילם.


דער פּראָיעקט „געדענק און פֿאַרשפּרייט‟ אין שטאָט טוקומאַן

דער פּראָיעקט „געדענק און פֿאַרשפּרייט‟ איז פּרעזענטירט געװאָרן אין דער פּראָװינץ טוקומאַן, װוּ דער גובערנאַטאָר יוסף אַלפּעראָװיטש און זײַן פֿרוי, די סענאַטאָרין בעאַטריס ראָיקעס, האָבן געשטיצט דעם פּראָיעקט פֿון דער „דאַיאַ‟. יונגע װאָלונטירן װערן צוגעגרייט צו פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציעס און לערנען װעגן חורבן אין די שולן און אינסטיטוציעס. די דערעפֿענונג פֿונעם קורס איז פֿאָרגעקומען אין דעם מעדיצינישן צענטער רמב״ם פֿון דער שטאָט טוקומאַן.


דער „דיװאַן־אָרקעסטער‟ וועט שפּילן אין בוענאָס־אײַרעס

פֿאַראַכטאָגן האָט מען אָפֿיציעל געמאָלדן אין בוענאָס-אײַרעס, אַז דער „דיװאַן־אָרקעסטער‟ פֿון די ישׂראלדיקע, פּאַלעסטינער און אַראַבישע מוזיקער, װעט הײַיאָר אויפֿטרעטן אין שטאָט. דער אָרקעסטער איז געגרינדעט געװאָרן דורך דעם פּאַלעסטינער אינטעלעקטואַל עדואַרד סאַיִד און דעם ישׂראל־אַרגענטינער מוזיקער דניאל באַרענבוים, װען אייראָפּע האָט געפֿײַערט אין 1999 דעם 250סטן אַניװערסאַר פֿון געטעס געבורט.


אַן אָפּמאַך פֿאַר אַ בשותּפֿותדיקער אַרבעט

פֿרײַטיק, דעם 11טן אַפּריל, האָט אַ דעלעגאַציע פֿון דער פֿאַרװאַלטונג בײַם חורבן־מוזיי באַזוכט דאָס הויז און מוזיי פֿון „אַנאַ פֿראַנק‟ אין אַמסטערדאַם, און אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך פֿאַר אַ בשותּפֿותדיקער אַרבעט.


אַ נײַער סעמינאַר אויף דער טעמע „געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם‟

אין דעם פּריװאַטן אוניװערסיטעט „סעמאַ‟ פֿאַר עקאָנאָמיע איז דערעפֿנט געװאָרן דער סעמינאַר „געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם‟. אָנפֿירן מיט דעם סעמינאַר װעט פּראָפֿ׳ ריקאַרדאָ לאָפּעס, װאָס האָט באַקומען זײַן דאָקטאָראַט אין דעם קאַרלאָװער אוניװערסיטעט אין פּראָג און איז פּראָפֿעסאָר אין די אַרגענטינער און אורוגװײַער אוניװערסיטעטן.


ייִוואָ: דער לעצטער סדר

דער יום-טובֿ פּסח איז איז געשלאָסן געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעסער ייִװאָ דינסטיק אין אָװנט מיט אַ סדר פֿאַר סטודענטן, װאָלונטירן און פֿרײַנד. ביז שפּעט בײַ נאַכט האָט מען געלייענט פֿון דער „הגדה‟, אילוסטרירט מיט צוגעפּאַסטע ייִדישע טעקסטן, און געזונגען טראַדיציאָנעלע און ייִדישע לידער. צום שולחן־עורך האָט מען פֿאַרזוכט די מאכלים, װאָס די תּלמידים האָבן אַליין צוגעגרייט.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.