אין ס׳רובֿ פֿילמען וועגן דער אַרמיי, זעט מען סצענעס פֿון בלוטיקע שלאַכטן, אַקציעס פֿון מסירת־נפֿש, אַן אָנגעשפּאַנטע אַטמאָספֿער און סטראַטעגיע־זיצונגען מיט אָפֿיצירן.
Zero Motivation [אָן שום מאָטיוואַציע], דער ערשטער הויפּטפֿילם פֿון דער ישׂראלדיקער רעזשיסאָרין, טליה לבֿיא, ווײַזט דאָס מיליטערישע לעבן פֿון אַ גאָר אַנדערן קוקווינקל: די מעשׂה פֿון אַ גרופּע מיידלעך, וואָס מאַכן דורך זייער מיליטערישן דינסט ווי ביוראָ־אַרבעטער אין אַן אַרמיי־באַזע אין מידבר, אינעם יאָר 2004.
צוליב דעם וואָס זיי אַרבעטן ווײַט פֿונעם פֿראָנט, און טראָגן ווייניקער אַחריות, געפֿינען די מיידלעך מער ווי גענוג צײַט זיך צו פֿאַרווײַלן מיט פּוסטע פֿאַרמעסט־שפּילן אויף די אָפֿיס־קאָמפּיוטערס; צו קאָקעטעווען מיט די סאָלדאַטן אויף דער באַזע, און צו דענערווירן זייער אָפֿיציר, רמה (שאַני קלײַן).
די טראַגיקאָמעדיע האָט געהאַט איר וועלט־פּרעמיערע אויפֿן „טרײַבעקאַ קינאָ־פֿעסטיוואַל‟ דעם 17טן אַפּריל, און וועט אַרויסגעלאָזט ווערן אין די ישׂראלדיקע קינאָ־הײַזער אין יוני. די רעזשיסאָרין, לבֿיא, וועלכע איז געבוירן געוואָרן אין 1978 אין פּתח־תּיקווה, האָט לכתּחילה שטודירט אַנימאַציע אין דער „בצלאל־אַקאַדעמיע פֿון קונסט און דיזײַן‟, איידער זי האָט זיך פֿאַרשריבן אין דער „שול פֿון קינאָ און טעלעוויזיע אויפֿן נאָמען פֿון סעם שפּיגל‟.
זי האָט געוווּנען עטלעכע פּרעמיעס פֿאַר איר קורצן פֿילם, „דער פֿאַרטרעטער‟, וואָס שילדערט אויך יונגע סאָלדאַטקעס, וועלכע אַרבעטן אין ביוראָ.
בעת אַן אינטערוויו מיטן Forward, האָט לבֿיא געזאָגט, אַז ווי די מיידלעך אינעם פֿילם, האָט זי אויך דורכגעמאַכט איר מיליטערישן דינסט אין מידבר. „די העלדן און געשעענישן אינעם פֿילם זענען אויסגעטראַכטע, אָבער כ׳האָב געשריבן דעם סצענאַר אויפֿן סמך פֿון מײַנע אייגענע געפֿילן,‟ האָט זי דערקלערט. „כ׳האָב אויך אינטערוויוירט אַ סך מיידלעך.‟
הגם עס זעט אויס ווי די סאָלדאַטקעס אינעם פֿילם פּטרן אַ סך צײַט, האָט לבֿיא געזאָגט, אַז דאָס איז נישט דער עיקר פֿונעם פֿילם. „אויב עמעצער איז אַ פֿוילער, פּטרט ער צײַט אומעטום, אַפֿילו אין קאָלעדזש; און פֿאַרקערט, אויב מע פּרוּווט צו זײַן פּראָדוקטיוו, קאָן מען זיך תּמיד לערנען נײַע זאַכן.‟
לבֿיא האָט צוגעגעבן, אַז די שווערסטע זאַך בײַם מאַכן דעם פֿילם איז געווען צו געפֿינען אַ באַלאַנס צווישן די קאָמישע סצענעס און די דראַמאַטישע. „כ׳האָב זיך געפֿילט ווי אַן אַקראָבאַט אין צירק, וואָס גייט אויף אַ דינער שטריק, און פּרוּווט נישט זיך פֿאַרקערעווען צו פֿיל אויף איין זײַט,‟ האָט זי געזאָגט.
זי האָט אויסגעקליבן דעם מידבר פֿאַר דער לאַנדשאַפֿט פֿון פֿילם, ווײַל די שטימונג פֿונעם מידבר געפֿעלט איר. „אַ מידבר איז אָפּגעזונדערט פֿון דער וועלט, דער וועטער בײַט זיך כּסדר, און ס׳איז אויך פּרעכטיק שיין,‟ האָט לבֿיא באַמערקט. „מיר דאַכט זיך, אַז עס שאַפֿט אַן אינטערעסאַנטן קאָנטראַסט מיט דער עסטעטיק פֿונעם מיליטער.‟
— זוהר (דאנה איבֿגי), איר בעסטע חבֿרטע — דאַפֿי (נלי תּגר) און די אַנדערע מיידלעך
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.