אַ לערער און אַ מענטש

A Teacher and a Mentsh


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published April 27, 2014, issue of May 23, 2014.

דער נאָמען פֿון שמעון סאַנדלער איז גוט באַקאַנט אַלע רוסיש־רעדנדיקע ייִדישיסטן. אײניקע פֿון אונדז האָבן געהאַט די זכיה צו לערנען זיך בײַ אים און צו באַזוכן זײַנע לעקציעס, די אַנדערע האָבן זיך באַנוצט מיט זײַנע אױסגעצײכנטע לערן־מאַטעריאַלן. אָבער די, װאָס האָבן אים געקענט פּערזענלעך, װײסן, אַז סאַנדלער איז געװען ניט סתּם אַ לערער; פֿאַר מיר איז ער געװען די פֿאַרקערפּערונג פֿונעם מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדישן אינטעליגענט. אײן מאָל, אַרום 1990, װען מיר האָבן געשמועסט אין דער רעדאַקציע פֿון „סאָװעטיש הײמלאַנד‟, זײַנען אַהין אַרײַנגעקומען אױף טשיקאַװעס אַ פּאָר ישׂראל־טוריסטן. װען זײ האָבן געהערט סאַנדלערס העברעיִש, זײַנען זײ געװאָרן אַנטציקט: „עבֿרית של פּעם!‟ — העברעיִש פֿון אַ מאָל, װאָס איז שױן ניט צו הערן אין מדינת־ישׂראל.

סאַנדלערס העברעיִש שטאַמט פֿון דער װילנער העברעיִשער גימנאַזיע „תּרבות‟, װוּ ער האָט זיך געלערנט אין די סוף־1920ער יאָרן. װי אײנער פֿון די בעסטע תּלמידים, האָט ער באַקומען דעם כּבֿוד צו באַגריסן חיים־נחמן ביאַליקן, װען יענער האָט באַזוכט די גימנאַזיע. סאַנדלער האָט דערצײלט, אַז ער האָט פֿאָרגעלײענט פֿאַרן גרױסן נאַציאָנאַלן דיכטער דאָס ליד „שירה יתומה‟ מיטן ספֿרדישן אױסרעד. אָבער ביאַליק האָט אים געזאָגט: „זאָג ניט ׳יאַטאָם׳ — ס׳איז דאָך ׳יאָסעם׳!‟. װי אַן עכטער פּעדאַגאָג, האָט סאַנדלער געקאָנט ברענגען בײַשפּילן און פֿאַלן פֿון זײַן דערפֿאַרונג, װאָס האָבן זיך אים פֿאַרקריצט אין זכּרון.

װען איך האָב זיך בײַ סאַנדלערן געלערנט ייִדיש אין די יאָרן 1989–1991, איז שױן געװען קלאָר, אַז די קאָמוניסטישע סיסטעם גײט קאַפּױער. קײן רחמנות אױף איר האָב איך ניט געהאַט, און מען האָט שױן געמעגט רעדן װעגן דעם אָפֿן. אָבער דװקא דעמאָלט האָב איך געטראָפֿן, מסתּמא צום ערשטן מאָל אין מײַן לעבן, אַ געטרײַעם קאָמוניסט, און דאָס איז געװען שמעון סאַנדלער! אָבער זײַן קאָמוניזם איז געװען גאָר אַנדערש פֿון דער פֿאָרמעלער סאָװעטישער שיטה.

ער איז אַרײַן אין דער קאָמוניסטשער פּאַרטײ אין ארץ־ישׂראל, אין די 1930ער יאָרן. זײַן גראַדויִר־דיפּלאָם פֿון דער „תּרבות‟־גימנאַזיע האָט ניט געטױגט פֿאַר די פּױלישע אוניװערסיטעטן, און אין 1932 האָט ער זיך געלאָזט שטודירן אינעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים. אָבער צוליב אַ דוחק אין געלט, האָט ער געמוזט זוכן אַרבעט אינעם חיפֿהער פּאָרט און אױף די תּל־אָבֿיבֿער בױוּנגען. דאָרט איז ער אַרײַן אין דער פּאַלעסטינער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. אין 1937 האָבן אים די ענגלענדער אַרעסטירט און דעפּאָרטירט צוריק קײן פּױלן.

אין פּױלן איז סאַנדלער געװען אַ לערער אינעם בונדיסטישן מעדעם־סאַנאַטאָריום. גלײַך נאָכן אױסבראָך פֿון דער מלחמה איז ער אַנטלאָפֿן פֿון װאַרשע און צו־פֿוס געקומען קײן פּינסק, װאָס איז פֿאַרנומען געװאָרן דורך דער רױטער אַרמײ. אין 1941 האָט מען אים אַרײַנגענומען, װי אַ סטודענט, אינעם נײַ־געשאַפֿענעם ייִדישן אָפּטײל בײַם װילנער אוניװערסיטעט, אָבער די לימודים האָבן זיך קײן מאָל ניט אָנגעהױבן. אױפֿן צװײטן טאָג נאָכן דײַטשישן אָנפֿאַל אױפֿן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז סאַנדלער מאָביליזירט געװאָרן אין דער רױטער אַרמײ, אָבער װי אַ געװעזענער פּױלישער בירגער, איז ער געשיקט געוואָרן אױפֿן „אַרבעט־פֿראָנט‟ קײן אודמורטיע, אוראַל. זײַן גאַנצע משפּחה איז אומגעקומען אין זײַן װאָלינער הײמשטעטל.

וווינענדיק אין חיפֿה צװישן די „יעקעס‟, האָט סאַנדלער זיך גוט אױסגעלערנט דײַטש, און נאָך דער מלחמה געוואָלט װידער זיך אומקערן צו שפּראַך־לערערײַ. צוליב דעם האָט ער געמוזט אױך אױסלערנען דאָס קאָמפּליצירטע אודמורטישע לשון, װאָס איז אַ קרובֿ פֿון פֿיניש און אונגאַריש. סאַנדלער האָט געשאַפֿן אַ פּעדאַגאָגישע מעטאָדיק, װאָס ער האָט פֿאַרטײדיקט װי אַ דאָקטאָראַט. אײנער פֿון זײַנע אַקאַדעמישע בעל־יועצים האָט אַזױ פֿאַרסך־הכּלט זײַן אױפֿטו: „דער דאָזיקער פּױלישער ייִד פֿון מערבֿ־אוקראַיִנע האָט אָנגעשריבן אױף רוסיש אַ דיסערטאַציע װעגן לערנען דײַטש אין די אודמורטישע שולן!‟

אָבער סאַנדלערס גרעסטע ליבע איז געװען ייִדיש. ער האָט אָפּגעגעבן אַ סך יאָרן צוצוגרײטן אַ מאָדערנעם לערנבוך פֿאַר רוסיש־רעדנדיקע אַלײן־לערנער. אָפֿיציעל איז ייִדיש געװען אָנערקענט װי אײנע פֿון די שפּראַכן בײַ די פֿעלקער פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אָבער להיפּוך צו אַנדערע מינאָריטעט־שפּראַכן, האָט מען ייִדיש ניט געלערנט אין די שולן, און עס זײַנען ניט געװען קײן צוטריטלעכע לערנביכער אָדער װערטערביכער.

די מלוכישע פּאָליטיק איז געװען צו לאָזן ייִדיש שטיל אָפּשטאַרבן, און װען סאַנדלער האָט זיך גענומען צו פֿאַרפֿאַסן זײַן לערנבוך, איז דאָס געװען װײַט ניט זיכער, צי די מלוכה װעט עס דערלױבן אַרויסצוגעבן. דערפֿאַר האָט ער אויסגעקליבן די סאַמע אידעאָלאָגיש ״כּשרע״ סאָװעטישע טעקסטן. סוף־כּל־סוף, איז דאָס בוך אַרױס אין 1989, װען די דאָזיקע פֿאָרזיכט־מיטלען זײַנען שױן געװען איבעריק.

די לעצטע יאָרן זײַנע, שױן זײַענדיק אױף פּענסיע, האָט סאַנדלער באַקומען אַ מעגלעכקײט צו לערנען ייִדיש, לכתּחילה אױף די העכסטע ליטעראַרישע קורסן אין מאָסקווע, און דערנאָך אינעם בשותּפֿותדיקן „פּראָיעקט יודאַיִקאַ‟ פֿונעם רוסישן מלוכישן אוניװערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק און דעם ניו־יאָרקער ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר. דאָ האָט ער צוגעגרײט דעם ערשטן פּאָסט–סאָװעטישן דור ייִדישע פֿאָרשער. ער האָט אױך גרינטלעך איבערגעאַרבעט זײַן לערנבוך, װאָס איז געװאָרן זײַן דענקמאָל.

שמעון סאַנדלער איז אַװעק אין דער אײביקײט אַ פּאָר טעג פֿאַר דעם, װי זײַן לעבנסװערק איז אַרױס פֿון דרוק. ער איז געװען אַ מענטש פֿון אַ סך טאַלאַנטן, ניט נאָר אַ גלענצנדיקער פּעדאַגאָג, נאָר אױך אַן אײגנאַרטיקער דיכטער אױף ייִדיש און העברעיִש. פֿאַר זײַן טױט האָט ער געזאָגט זײַן פֿרױ: „פֿון דעסטװעגן האָב איך אױפֿגעטאָן עפּעס װיכטיקס פֿאַר מײַן פֿאָלק‟.