דעם 20סטן אַפּריל, אין אַ שיינעם, זוניקן נאָכמיטאָג, האָבן מער ווי 100 מענטשן זיך פֿאַרזאַמלט בײַ „דער שטיין‟ — אַ דענקמאָל לזכּרון דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, וואָס געפֿינט זיך אין ריווערסײַד־פּאַרק און 83טער גאַס, אין מאַנהעטן.
צווישן דעם עולם זענען געווען אַ צאָל אַמאָליקע קעמפּערס און אויפֿפּאַסערס פֿונעם בונדישן זומער־לאַגער, „קעמפּ המשך‟, מיט זייערע עלטערן, און מיט זייערע אייגענע קינדער.
די אונטערנעמונג, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟, דעם „ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט‟, דעם „אַרבעטער־רינג‟ און דעם „ייִדישן אַרבעטער־בונד‟, האָט אָפּגעמערקט די 71סטע יאָרצײַט פֿונעם געטאָ־אויפֿשטאַנד און דעם ערשטן סדר, דעם 19טן אַפּריל 1943, ווען די דײַטשן האָבן אָנגעהויבן זייער ענדגילטיקע פֿאַרטיליקונג פֿון דער געטאָ.
בעת עס האָבן געפֿלאַטערט דרײַ פֿאָנען הינטערן פּאָדיום — די אַמעריקאַנער, די פֿאָן פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, און די פֿאָן פֿון די ניו־יאָרקער פּאַרקן — האָט מאַרסעל (מאיר) קשענקסקי דערציילט דעם עולם, אַז „דער שטיין‟ איז געשטעלט געוואָרן אין 1947 ווי אַ צײַטווײַליקער צייכן פֿון אַ צוקונפֿטדיקן פּערמאַנענטן דענקמאָל — אַ פּראָיעקט, וואָס איז, צום באַדויערן, קיין מאָל נישט מקוים געוואָרן.
דער קאָאָרדינאַטאָר פֿון דער אונטערנעמונג, שיין בייקער, האָט פֿאָרגעלייענט דאָס ליד, „דער צוואַנציקסטער יאָרהונדערט‟ פֿון יוני פֿײַן, און זלמן מלאָטעק האָט בײַ דער עלעקטרישער פּיאַנע־קלאַוויאַטור באַגלייט פּערל טייטלבוים און אַרעלע ווישוואַנאַט, וועלכע האָבן געזונגען עטלעכע באַקאַנטע ייִדישע חורבן־לידער.
רעדנדיק אין אַ דײַטלעכן ייִדיש, האָט מאַיוס נאָוואָגראָדסקי, אַ 94־יאָריקער לעבן־געבליבענער פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, דערציילט: „די געטאָ־קעמפֿער זײַנען ניט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון הימל, און דער געטאָ־אויפֿשטאַנד איז ניט געווען פּשוט אַ זאַך, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין אַ וואַקוּום. דאָס איז געווען אַן אויסדרוק פֿון די שטרעבונגען בײַ דער ייִדישער יוגנט, וועלכע האָט זיך אַרויסגעריסן פֿון די קעלערן און בוידעם־שטיבלעך פֿון דער פֿאַראָרעמטער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און זענען פּלוצלינג געוואָרן מיטבירגער פֿון דער ציוויליזירטער וועלט.
„מיר דאַרפֿן הײַנט דערמאָנען ניט נאָר די, וועלכע האָבן געקעמפֿט מיט געווער אין האַנט, נאָר אויך די וואָס האָבן אויפֿגעשטעלט טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען פֿאַר די קינדער אין געטאָ, און די וואָס האָבן געשאַפֿן געווער פֿאַר די קעמפֿער פֿון געטאָ,‟ האָט נאָוואָגראָדסקי באַטאָנט.
ער האָט אויך דערמאָנט ד״ר לעאָן פֿײַנער, וועלכער האָט געוווינט אין וואַרשע מיט פֿאַלשע פּאַפּירן, און האָט ווי אַ מיטגליד פֿונעם פּוילישן אונטערגרונט, געשיקט געהיימע דעפּעשן קיין לאָנדאָן און ניו־יאָרק. די דעפּעשן געפֿינען זיך נאָך אַלץ אין אַן אַרכיוו; זיי „בעטן זיך‟ פּובליקירט צו ווערן.
נאָוואָגראָדסקיס טאַטע איז געווען עמנואל נאָוואָגראָדסקי, אַ בונדישער פֿירער און דער רעדאַקטאָר פֿון „די פֿאָלקסצײַטונג‟ אין וואַרשע.
דזשאָרדזש אַלכּסנדר, אַ לעבן־געבליבענער פֿון קראָקע־פּלאַשאָוו (אַ לאַנדשאַפֿט, וואָס מע זעט אין סטיווען ספּילבערגס פֿילם, „שינדלערס ליסטע‟), האָט דערציילט, אויף ענגליש, ווי ער, זײַענדיק אַ 15־יאָריק ייִנגל, האָט געפֿונען אַרבעט, מחוץ דער געטאָ, דורכן פֿאַרריכטן שטיוול פֿאַר די דײַטשן.
„איין מאָל אַ וואָך פֿלעגט עמעצער פֿונעם פּוילישן אונטערגרונט אונדז איבערגעבן געהיימע צײַטונגען און נײַעס וועגן די נאַציסטישע טעראָריסטישע אַטאַקן,‟ האָט ער געזאָגט. מיט דער צײַט איז אַלכּסנדר געוואָרן אַ שיק־ייִנגל. אין מײַ 1945, נאָכן האָבן איבערגעלעבט די קאָנצענטראַציע־לאַגערן אין עסטרײַך, מאַטהאַוזען און אַנדערע, האָט אַלכּסנדר, אַ טויט־הונגעריקער און פֿאַרייִאושטער, אָנגעהויבן קלערן וועגן באַגיין זעלבסטמאָרד.
„אַ מאָדנע זאַך וועגן זעלבסטמאָרד,‟ האָט ער באַמערקט. „מע דאַרף האָבן כּוח און אַ שטאַרקן ווילן דאָס צו טאָן, און דאָס האָב איך נישט געהאַט. ליגנדיק קראַנק, האָב איך פּלוצלינג דערזען אַ גראָען טאַנק מיט אַן אַמעריקאַנער פֿאָן. אַ נס האָט געטראָפֿן! כ׳האָב שוין פֿאַרשטאַנען, אַז די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט, און כ׳האָב ווידער באַקומען דעם כּוח זיך אָנצוהאַלטן בײַם לעבן.‟
צום סוף פֿון דער הזכּרה, זענען אַלע אויפֿגעשטאַנען און געזונגען דעם „פּאַרטיזאַנער־הימען‟ און „די בונדישע שבֿועה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.