דעם 27סטן אַפּריל, פֿון 2 ביז 4 אַזייגער נאָכמיטאָג, איז אין דער עלטסטער מאַנהעטענער סינאַגאָגע „טעמפּל עמנואל‟, צווישן דעם 5טן עוועניו און דער 65סטער גאַס, פֿאָרגעקומען די יערלעכע הזכּרה־צערעמאָניע אין אָנדענק פֿון די אומגעקומענע אינעם חורבן. עס האָבן זיך באַטייליקט בערך 2,000 מענטשן, אַרײַנגערעכנט די עלטערע לײַט פֿון דער שארית־הפּליטה, פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע טוער, און כּלל־טוער פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדישער קהילה.
במשך פֿון די לעצטע 12 יאָר, ווערט די דאָזיקע אונטערנעמונג אָרגאַניזירט, דער עיקר, דורכן „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה‟, צוזאַמען מיט אַ צאָל אַנדערע גרופּעס. די „אָרגאַניזאַציע פֿון די וואַרשעווער געטאָ־ אויפֿשטענדלער‟ (WAGRO) איז איינער פֿון די צערעמאָניע־גרינדער און בלײַבט נאָך אַלץ צווישן אירע הויפּט־שטיצער.
ד״ר דוד מאַרוועל, דער דירעקטאָר בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟, האָט באַגריסט דעם עולם צוזאַמען צוזאַמען מיט ען אָסטער, די וויצע־פֿאָרזיצערין פֿונעם מוזיי, און ריטאַ לערנער, איינע פֿון די מוזיי־קוראַטאָרן. מאַרוועל האָט באַמערקט, אַז הײַנט איז דער 70טער יאָרטאָג זינט דער דעפּאָרטאַציע פֿון די אונגערישע ייִדן. ביז 1944, איז אונגערן געווען דאָס איינציקע נאַצי־אָקופּירטע לאַנד אין מיזרח־אייראָפּע, וווּ עס האָט נאָך געלעבט אַ גרויסע ייִדישע קהילה. במשך פֿונעם לעצטן יאָר פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָבן די נאַציס אומגעבראַכט מער ווי אַ האַלב מיליאָן אונגערישע ייִדן.
דער סאַמע רירנדיקער טייל פֿון דער צוויי־שעהיִקער צערעמאָניע זענען געווען די הזכּרה־מנורות. די אַלטע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה — פּוילישע, דײַטשישע, אונגערישע, רומענישע און טשעכישע — האָבן אָנגעצונדן די ליכט, אַרומגערינגט מיט זייערע קינדער און אייניקלעך. נישט ווייניק באַטייליקטע האָבן זיך צעוויינט. דער ניו־יאָרקער סענאַטאָר־דעמאָקראַט טשאָק שומער איז געזעסן אין דער ערשטער ריי מיט טרערן אין די אויגן.
שפּעטער, ווען דער חזן יוסף מעלאָוואַני האָט אָנגעהויבן זינגען קדיש צוזאַמען מיטן סינאַגאָגע־כאָר און מיט די קינדער פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער מיטל־שול „הזמר‟, האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז די ריזיקע שיל, באַלויכטן מיט די הזכּרה־ליכט, האָט זיך אָנגעפֿילט מיט עפּעס אַ מעכטיקער אומערדישער שײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.