דעם 24סטן אַפּריל האָבן פֿאָרשטייער פֿונעם אַרגענטינער ייִדישן ייִשובֿ זיך אָפֿיציעל באַטייליקט אינעם דערמאָנונגס־אַקט, װאָס די אַרמענער פֿירן דורך יעדעס יאָר, צו דערמאָנען דעם 1טן גענאָציד פֿון 20סטן יאָרהונדערט, װען די טערקן האָבן אין 1915 אויסגעהרגעט אָנדערטהאַלבן מיליאָן אַרמענער. דער פֿאָרשטייער פֿון דער „דאַיאַ‟, ד‟ר כוליאָ שלאָסער, האָט גערעדט אין נאָמען פֿונעם ייִשובֿ און דערמאָנט, אַז היטלער האָט זיך אויסגעדריקט: די װעלט האָט דאַן געשװיגן, און װעט אויך שװײַגן, װען מען װעט אויסהרגענען די ייִדן.
אין אַרגענטינע איז דער חורבן דערמאָנט געװאָרן מיט פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען. דעם 19טן אַפּריל האָבן אַ סך צײַטונגען פֿון דער שטאָט אָפּגעדרוקט אַרטיקלען. זשאַק פֿוקס, װאָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אין אוישװיץ, האָט פּובליקירט אַ רירנדיקן אַרטיקל און באַשריבן זײַנע איבערלעבונגען.
פֿרײַטיק דעם 25סטן האָט דער חורבן־מוזיי דערעפֿנט אַן אויסשטעלונג און דורכגעפֿירט אַ הזכּרה. די געמיינדע „עמיחי‟ האָט דערעפֿנט אַ סעמינאַר װעגן חורבן, און אין כּמעט אַלע הויפּטשטעט פֿון די אַרגענטינער פּראָװינצן זײַנען פֿאָרגעקומען אַקטן בײַ די מאָנומענטן, װאָס דערמאָנען די 6 מיליאָן ייִדישע קרבנות. אין דער פּראָװינץ טוקומאַן האָט די צענטראַלע לעקציע געהאַלטן פּראָפֿ׳ כואַן קאַרלאָס האָורקאַדע, פֿון דעם לאָקאַלן אוניװערסיטעט, אַ באַרימטער היסטאָריקער.
אין נאָמען פֿון דער שארית־הפּליטה האָט די תּלמידה פֿון ייִװאָ, מאָניקאַ דאַװידאָװיטש, אַ געבוירענע אין לידער געטאָ אין בעלאַרוס, דערציילט אירע איבערלעבונגען, װען אירע עלטערן, װאָס זײַנען שפּעטער אומגעבראַכט געװאָרן אין טרעבלינקע, האָבן זי איבערגעגעבן דער משפּחה שיפּולאַ, און זי איז פֿאַרשריבן געוואָרן װי אירינאַ. נאָך דער מלחמה האָט דער װעלט־קאָנגרעס זי אַריבערגעפֿירט קיין שװעדן אין אַ קינדער־היים; פֿון דאָרט האָט זי אַ פֿעטער אַראָפּגעבראַכט קיין אורוגװײַ, און שפּעטער — קיין בוענאָס־אײַרעס, וווּ זי לעבט זינט סוף 1946.
אין נעוקען האָבן זיך באַטייליקט דער פֿאָרזיצער פֿונעם מוניציפּאַלן ראָט, פֿאָרשטייער פֿון דער שארית־הפּליטה און פֿון דער אָרטיקער קהילה.
אין בוענאָס־אײַרעס איז דער צענטראַלער אַקט דורכגעפֿירט געװאָרן אין איינעם פֿון די גרעסטע טעאַטער־זאַלן פֿון דער שטאָט, וווּ אַ 3,000 מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט, אָפּצוגעבן כּבֿוד די אומגעקומענע ברידער און שװעסטערס. עס זײַנען בײַגעװען פֿאָרשטייער פֿון נאַציאָנאַלע, פּראָװינץ־ און שטאָט־רעגירונגען און פֿון פֿאַרשיידענע אַמבאַסאַדעס.
דער אָװנט איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ מאַניפֿעסטאַציע קעגן גענאָציד, אַנטיסעמיטיזם און װאָס דיסקרימינאַציע קען גורם זײַן. עס האָבן גערעדט: אַ פֿאָרשטייער פֿון דער יוגנט, װאָס האָט רעפֿערירט װעגן די דערציִערישע אַספּעקטן פֿון לערנען; די לעבן־געבליבענע, לאה זײַאַנץ, האָט גערעדט וועגן דעם חורבן, און װי זי האָט פֿאַרן באַפֿרײַט װערן פֿון אוישװיץ געשװוירן ביז איר לעצטער מינוט עדות צו זאָגן.
דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟ האָט באַטאָנט, אַז קיין שום פּאָליטישע פֿיגור האָט נישט גענומען אויף זיך דאָס אַחריות פֿון די געשעענישן. די צענטראַלע רעדע האָט געהאַלטן דער געװעזענער פּרעזידענט פֿון אורוגװײַ, לויִס אַלבערטאָ לאַקאַליע, װאָס איז ספּעציעל פֿאַרבעטן געװאָרן, און מיט רירנדיקע אויסדרוקן האָט ער פֿאַרדאַמט די װעלט, װאָס האָט געשװיגן. אַ כאָר פֿון תּלמידים פֿון ייִדישע שולן האָט געשלאָסן דעם אָװנט און מיטגעזונגען מיט די לעבן־געבליבענע, און מיטן גאַנצן עולם דעם „פּאַרטיזאַנען הימען‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.