די וואָך, ווען אין ישׂראל האָט מען אָפּגעמערקט דעם „יום־השואה‟, האָט דער ישׂראלדיקער בילדונג־מיניסטעריום געהייסן די קינדערגאָרטנס צו באַקענען זייערע תּלמידים מיט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן חורבן.
עס פֿרעגט זיך אָבער אַ קשיא, צי דאָס איז טאַקע אַ שׂכלדיקער באַשלוס. די טאַטע־מאַמעס האָבן פֿאַרשיידענע מיינונגען, ווען ס׳איז כּדאַי אָנצוהייבן דערציילן זייערע קינדער וועגן די שוידערס פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קאַטאַסטראָפֿע. יעדעס קינד איז אַנדערש; איידער מע הייבט אָן רעדן וועגן אַזאַ טיף־עמאָציאָנעלן ענין, מוז מען באַטראַכט, אין וועלכן עלטער איז כּדאַי דאָס צו טאָן. די רעגירונג האָט נישט געדאַרפֿט מאַכן אַזאַ אַלגעמיינעם באַשלוס פֿאַר אַלעמען.
אַן אַנדער פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, וואָס אַ טייל ישׂראלדיקע שול־לערער כאַפּט איבער די מאָס און פֿירן דורך פֿאַרשיידענע אייגענע אונטערנעמונגען, וואָס קאָנען העלפֿן זיך בעסער פֿאָרשטעלן דעם חורבן, אָבער האָבן אַ שלעכטן טעם און קאָנען איבערשרעקן אַ קינד. די שולן מוזן נעמען אין באַטראַכט די אָנגענומענע סטאַנדאַרטן פֿון בילדונג; אין אַ סך קינדערגאָרטנס באַשטייט אָבער דער פּערסאָנאַל פֿון איין פֿרוי אָדער זעלטנס, איין מאַן.
די איינציקע לערערין, וואָס אַרבעט צוזאַמען מיט אַ געהילף אָדער אַ פּאָר געהילפֿן, און שאַפֿט אַליין די גאַנצע פּראָגראַם, קאָן צוטראַכטן עפּעס אַן אומאחריותדיקן פּלאַן. די ענינים פֿונעם חורבן מוז מען לערנען אין אַ גוט אָרגאַניזירט אָרט — דהײַנו, אין אַ שול, נישט אַ קינדערגאָרטן.
די באַקאַנטשאַפֿט מיט דער טראַגישער געשיכטע פֿונעם נאַצי־גענאָציד רופֿט אַרויס בײַ ייִדן דאָס געפֿיל פֿונעם זײַן „אַן אייביקער קרבן‟. אויף אַ קליין קינד קאָן דאָס אָבער שאַפֿן אַ סתּירותדיקן אײַנדרוק, אויב דײַטשלאַנד וועט זײַן דער ערשטער נאָמען פֿון אַן אייראָפּעיִש לאַנד, וואָס מע לערנט פֿון קינדווײַז אָן, בלויז אין שײַכות מיטן ייִדישע חורבן. אַנשטאָט אַזאַ איינזײַטיקן צוגאַנג, איז כּדאַי צו באַקענען די קינדער מיט דער ייִדישער געשיכטע אין דער ברייטער וועלט, איידער מע הייבט אָן דערציילן, ווי אַזוי די נאַציס האָבן אויסגעהרגעט די ייִדישע בירגער אין די אייראָפּעיִשע לענדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.