די וואָך האָט די דאַך־אָרגאַניזאַציע „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן פֿון די הויפּט אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟ אָפּגעשטימט נישט אַרײַנצולאָזן „דזשיי־סטריט‟ אין אירע רייען. „דזשיי־סטריט‟ אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס באַצייכנט זיך ווי „פּראָ־ישׂראל‟, אָבער קריטיקירט אָפֿט די פּאָליטיק פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, און רופֿט די פֿאַראייניקטע שטאַטן צו דריקן אויף ישׂראל און אויף די פּאַלעסטינער. „דזשיי־סטריט‟ האָט אויך אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן נאָכן עפֿנטלעך מסכּים צו זײַן מיט דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע נישט צו ברענגען נײַע סאַנקציעס קעגן איראַן.
דורך אַ סודותדיקן רעפֿערענדום, האָבן 22 מיטגליד־אָרגאַניזאַיצעס געשטימט קעגן אַרײַנלאָזן „דזשיי־סטריט‟ אין דער פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ. 17 האָבן געשטימט פֿאַר; דרײַ זענען געבליבן נייטראַל, און אַכט זענען בכלל נישט בײַגעווען.
די בקשה מצד „דזשיי-סטריט‟ זיך אָנצושליסן אין דער דאַך־אָרגאַניזאַציע האָט דווקא אַרויסגערופֿן אומגעריכטע שטיצע פֿון געוויסע פֿירנדיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס — אַפֿילו געוויסע גרופּעס, וואָס האָבן פֿריִער פֿאַרדאַמט „דזשיי-סטריט‟. צווישן די אינסטיטוציעס, וואָס האָבן גערופֿן אײַנצושליסן „דזשיי־סטריט‟, זענען די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟; עטלעכע אָרגאַניזאַציעס פֿון דער רעפֿאָרם־ און קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, און דער „ייִדישער ראַט פֿון עפֿנטלעכע ענינים‟ (Jewish Council for Public Affairs).
אַ טייל פֿון די גרופּעס וואָס שטיצן דאָס אײַנשליסן „דזשיי־סטריט‟ האָבן געזאָגט, אַז זיי זענען נישט דווקא מסכּים מיט אירע פּאָזיציעס, אָבער זיי האַלטן, אַז די גרופּע רעפּרעזענטירט אַ געוויסן סעקטאָר פֿון דער קהילה, און דאַרף דערפֿאַר אויך אַרײַנגענומען ווערן אין קאָן.
פֿאַרלי ווײַס, דער פּרעזידענט פֿונעם „לאַנדישן ראַט פֿון ׳יאָנג איזראַעל׳‟, האָט דערקלערט, אַז אויב מע וואָלט אַרײַנגעלאָזט „דזשיי־סטריט‟, וואָלט דאָס גאַנצע שליחות פֿון דער פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ — צו פּרעזענטירן אַ פֿאַראייניקט ייִדיש קול צו דער רעגירונג — נישט געהאַט קיין זינען.
„די פּאָזיציעס פֿון ׳דזשיי־סטריט׳ זענען אָפֿט פּונקט אַ היפּוך פֿון דער פּאָזיציע פֿון ׳אייפּעק׳,‟ האָט ווײַס געזאָגט. „וואָס פֿאַר אַ טעם וואָלט עס געהאַט, ווען ׳דזשיי־סטריט׳ וואָלט געזאָגט פֿאַר די קאָנגרעסלײַט: ׳מיר זענען קריטיש צו ישׂראל, און מיר זענען מיטגלידער פֿון דער פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ׳.‟
ראַבינער ריק דזשייקאָבס, דער פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון רעפֿאָרם־יודאַיִזם‟, האָט שאַרף קריטיקירט דעם שריט פֿון דער פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ. „מיר דאַרפֿן איצט באַשליסן ווי מיר וועלן רעאַגירן אויף דער אָפּשטימונג,‟ האָט דזשייקאָבס געזאָגט. „אפֿשר וועלן מיר רופֿן ממשותדיק איבערצומאַכן די תּקנות פֿון דער פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ, אָדער אפֿשר וועלן מיר זיך אין גאַנצן אָפּזינדערן פֿון איר. ווי עס זאָל נישט זײַן, קענען מיר מער נישט אָנהאַלטן דעם פֿאַסאַד, אַז די פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ שפּיגלט אָפּ דעם קוקווינקל פֿון אַלע אַמעריקאַנער ייִדן.‟
די נײַע טאָלעראַנץ פֿאַר „דזשיי־סטריט‟ איז, צום טייל, אַ רעזולטאַט פֿון דעם, וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט לעצטנס געשפּילט אַ הויפּט־ראָלע אין איבערצײַגן געוויסע לינק־געשטימטע פּראָטעסטאַנטישע קירכן נישט צו בויקאָטירן ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.