ידיעות פֿון פּאַריז

News From Paris


פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published May 02, 2014, issue of May 23, 2014.

דער טאָג פֿון טרויער

ווי אין אַ סך אַנדערע לענדער, האָט מען אויך אין פֿראַנקרײַך אַדאָפּטירט דעם ישׂראלדיקן „יום־השואה‟, כּדי אָפּצומערקן דעם חורבן. אויך הײַיאָר איז די הויפּט־צערעמאָניע לכּבוד דעם טאָג פֿאָרגעקומען אינעם חורבן־מעמאָריאַל אין פּאַריז. במשך פֿון אַ גאַנצן מעת־לעת, פֿון זונטיק אין אָוונט ביז מאָנטיק אין אָוונט, האָט מען געלייענט אויף אַ קול די נעמען פֿון די 75 טויזנט ייִדישע קורבנות פֿונעם נאַציזם־רעזשים. צווישן די לייענערס זענען געווען די לעבן־געבליבענע, משפּחה־מיטגלידער פֿון די קורבנות, פֿאָרשטייער פֿון די פֿאַרשיידענע ייִדישע קהילות און אָרגאַניזאַציעס, פֿראַנצייזישע פּאָליטיקער און סטודענטן.


פֿילם וועגן ייִדישן באָקסער, אַ קרבן פֿון די נאַציס

אַנדערע אַקאַדעמיעס זענען אָרגאַניזירט געוואָרן אין אַ סך קולטור־צענטערס און שולן, און וועלן ווײַטער פֿאָרקומען ביזן קומענדיקן סוף־וואָך:

די Éclaireuses et Éclaireurs Israélites de France – די ייִדישע סקויטן – האָבן אָפּגעמערקט דעם טאָג מיט אַ ווײַזונג פֿונעם פֿילם „וויקטאָר ‘יונג’ פּרץ‟ וואָס איז אַרויס מיט אַ פּאָר חדשים צוריק. דער פֿילם פֿונעם רעזשיסאָר זשאַק אואַניש דערציילט די מעשׂה פֿון וויקטאָר פּרץ, אַ ייִדישער באָקסער פֿון טוניס, וואָס איז געווען אַ וועלטמײַסטער אין דער קאַטעגאָריע פֿון פֿליג־געוויכט אין די יאָרן 1931־1932, און איז ביזן הײַנטיקן טאָג דער ייִנגסטער באָקסער וואָס האָט געוווּנען די קאַטעגאָריע. בשעת דער דײַטשער אינוואַזיע קיין פֿראַנקרײַך איז ער געווען אין לאַנד, און אין 1942 האָט אים די געשטאַפּאָ אַרעסטירט און פֿאַרשיקט קיין אוישוויץ. דאָרטן האָבן אים די נאַציס גענייט צו קעמפֿן אין באָקס־פֿאַרמעסטן זיי צו פֿאַרווײַלן. ער איז געבליבן לעבן אין לאַגער, אָבער דערשאָסן געוואָרן דורך אַ דײַטשן סאָלדאַט בשעתן טויט־מאַרש סוף־קריג.

אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער וועט מען הײַיאָר אָפּגעבן די צערעמאָניע דעם אויפֿשטאַנד אין ביאַליסטאָקער געטאָ, דערמאָנענדיק דעם אָנדענק פֿון צוויי וויכטיקע פּערזענלעכקייטן: מרדכי טענענבוים־טאַמאַראָף, וואָס איז געווען דער קאָמענדאַנט פֿונעם אויפֿשטאַנד, און פּסח קאַפּלאַן — אַ שרײַבער, לערער און איבערזעצער, וואָס איז אויך געווען אַ וויכטיקע פֿיגור אין דער ייִדישער קולטור אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. מע וועט לייענען טעקסטן פֿון קאַפּלאַנען אויף ייִדיש און אויף פֿראַנצייזיש, און די זינגערין נעמי ווײַספֿעלד וועט זינגען פֿון די לידער פֿון ביאַליסטאָקער געטאָ.


זשורנאַליסט פֿאַרבינדט מאָרד פֿון ייִדישן בחור מיט ישׂראל־פּאָליטיק

די וואָך איז אַרויס דער פֿילם „24 טעג‟, וועגן דעם שרעקלעכן טויט פֿונעם יונגן אילן האַלימי — אַ פֿראַנצייזישער ייִד, וואָס אַ גרופּע אַנטיסעמיטישע פֿאַרברעכער האָט אַוועקגעכאַפּט אין 2006. די כאַפּערס האָבן געפֿאָדערט אַ סך געלט פֿון אילנס משפּחה, וואָס איז נישט קיין רײַכע, ווײַל זיי האָבן געגלויבט אַז אַלע ייִדן מוזן האָבן אַ סך געלט. במשך פֿון 24 טעג האָבן זיי געהאַלטן דעם יונגן מאַן, אים שטאַרק געפּײַניקט און צום סוף אים געלאָזט גוססן אַ נאַקעטן לעבן באַן־רעלסן, וווּ מע האָט אים געפֿונען. ער איז געשטאָרבן נישט לאַנג דערנאָך.

דאָס אַרויסלאָזן פֿון פֿילם איז באַגלייט געוואָרן דורך אַ סקאַנדאַל צוליב אַ דעבאַטע אַרום די סיבות פֿון האַלימיס פּאָיִמקע. אַלכּסנדר אַרקאַדי, דער רעזשיסאָר פֿון פֿילם, איז פֿאַרבעטן געוואָרן אויף דער באַקאַנטער טעלעוויזיע־עמיסיע On n’est pas çouché [מיר שלאָפֿן נאָך נישט], כּדי צו מאַכן רעקלאַמע. נאָר בשעת דער דיסקוסיע וועגן האַלימיס שרעקלעכן גורל האָט עמריק קאַראָן, איינער פֿון די כּסדרדיקע זשורנאַליסטן פֿון דער עמיסיע, גענומען רעדן וועגן דער צאָל פּאַלעסטינער וואָס זענען דערהרגעט געוואָרן דורך דער ישׂראלדיקער אַרמיי. אַלכּסנדר אַרקאַדי און די אַנדערע אָנטיילנעמער אין דער פּראָגראַם זענען געווען שטאַרק שאָקירט פֿון דעם, אַז קאַראַן, וואָס איז זייער אַ פּאָפּולערער זשורנאַליסט, האָט צוזאַמענגעבונדן אַזאַ שרעקלעכן אַנטיסעמיטישן פֿאַרברעכן מיט דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק. צום סוף האָט מען אין גאַנצן נישט געוויזן דעם וויכּוח אויף דער טעלעוויזיע אָבער סײַ ווי הערט מען אַ סך באַריכטן וועגן דעם אין די פֿאַרשיידענע מעדיעס שוין עטלעכע טעג. עס איז אַ בײַשפּיל פֿונעם נײַעם מין אַנטיסעמיטיזם, וואָס האָט צו טאָן אויך מיט אַנטי־ישׂראלדיקע געפֿילן.

די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.