אַ גרופּע יונגע־לײַט אין זייערע 20ער און 30ער נעמט זיך יעדן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס צונויף, אויף קבלת־שבת, אינעם כאַקאָווער ייִדישן קולטור־צענטער. דאָס מאָל, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט בלויז בערך 15 מענטשן; אַ סך אַנדערע זענען אַוועקגעפֿאָרן צוליב דער מלוכישער חגא — דער ערשטער מײַ. עטלעכע מתפּללים האָבן אויסגעפֿונען, אַז זיי זענען ייִדן, ווען די „סוכנות‟ האָט זיי אָנגעקלונגען און פֿאָרגעלייט אַוועקצופֿאָרן קיין ישׂראל. אַ טייל אַנדערע האָבן עס יאָ געוווּסט, אָבער זיי געדענקען נאָך, אַז אין די סאָוועטישע צײַט האָבן אַ סך מענטשן נישט געוואָלט אָנווײַזן אין זייערע פּאַספּאָרטן, אַז זיי זענען ייִדן.
די קבלת־שבת האָט זיך אָנגעהויבן דעם 2טן מײַ אויף אַ געוויינטלעכן שטייגער. די פֿרויען האָבן זיך געגרייט אָנצינדן די ליכט, און די מענער — געמאַכט זיכער, אַז זיי אַלע טראָגן אַ יאַרמלקע אויף זייערע קעפּ. אין אַ געוויסן זין, באַשטייט דער חידוש אין דעם, וואָס אינעם כאַרקאָווער ייִדישן צענטער זעט מען נישט קיין סימנים פֿון מהומה. די שטאָט געפֿירט זיך אין מיזרח־אוקראַיִנע; די נײַעס־קאַנאַלן גיבן כּסדר איבער וועגן די אומרוען און גוואַלד־מעשׂיות אינעם ראַיאָן; בערך 30 קילאָמעטער פֿון כאַרקאָוו איז די גרענעץ, דורך וועלכער די רוסלענדישע אַרמיי איז גרייט אַרײַנצוגיין אין אוקראַיִנע. אינעם ייִדישן צענטער בלײַבט אָבער אַלץ רויִק, ווי געוויינטלעך.
אַלאַ מאַגאַס, אַ 29־יאָריקע מיטגלידערין פֿון דער כאַרקאָווער ייִדישער קהילה, האָט דערציילט, אַז ווען די מאַמע וואָלט איר נישט אָנגעקלונגען, זיך זאָרגנדיק וועגן דעם מצבֿ אין דער שטאָט, וואָלט זי נישט געוווּסט וועגן די שטורעמדיקע פּאָליטישע געשעענישן אין דער געגנט. דאָס לעבן אין דער שטאָט גייט אָן ווײַטער גאַנץ רויִק.
אין כאַרקאָוו וווינען הײַנט בערך 45,000 ייִדן. אַ סך פֿון זיי פֿילן זיך רויִק, אַזוי ווי מאַגאַס. זי האָט באַמערקט, אַז ווען זי האָט דערהערט וועגן די אַנטיסעמיטישע פֿלוג־בלעטלעך, וואָס מיסטעריעזע פּאַרשוינען אין מאַסקעס האָבן פֿאַרשפּרייט צווישן די ייִדן אין דאָנעצק, האָט זי זיך געפֿילט „צעמישט‟. די אויפֿשטענדלער, וועלכע האָבן איבערגענומען די דאָרטיקע רעגירונג־בנינים און דערקלערט אַ פּראָ־רוסישע „דאָנעצקער פֿאָלקס־רעפּובליק‟, האָבן אָבער געמאָלדן, אַז די בלעטלעך זענען פֿאַלש, און די אָרטיקע ייִדישע קהילה־פֿירער האָבן דערקלערט, אַז ס׳איז געווען אַ פּראָוואָקאַציע. מאַגאַס האָט געטענהט, אַז אין די נײַעס דערציילט וועגן פֿאַרשיידענע שרעקעדיקע מעשׂיות, און נישט וועגן דעם רעאַלן לעבן אינעם ראַיאָן.
וולאַדימיר יאַקימאָוו, אַ 25־יאָריקער כאַרקאָווער ייִד, האָט געזאָגט, אַז ער האָט אָפּגעשלאָסן דעם טעלעוויזאָר און אים אַרויסגעטראָגן פֿון זײַן צימער, ווײַל די פּאָליטישע היסטעריע אויף דער טעלעוויזיע איז אים שוין נימאס געוואָרן.
אַן אַנומלטיקער באַריכט פֿון דער „אייראָפּעיִשער אָרגאַניזאַציע פֿאַר זיכערהייט און קאָאָפּעראַציע‟ האָט אָנגעוויזן, אַז במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט מען נישט באַמערקט קיין אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם אין אוקראַיִנע, און אַז אין די לעצטע חדשים איז דער מצבֿ געבליבן בעצם דער זעלבער. יוסף זיסעלס, דער וויצע־פּרעזידענט פֿונעם „אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס‟ און דער פֿאָרזיצער פֿונעם גענעראַל־ראַט בײַם „אייראָ־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס‟, האָט געזאָגט, אַז אַ צאָל פּראָוואָקאַציעס, וואָס האָבן געהאַט צו טאָן מיט ייִדן, זענען געווען פּאָליטישע שפּילערײַען און נישט קיין עכטע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן.
דאָס מיינט אָבער נישט, אַז דער מצבֿ אין אוקראַיִנע איז רויִק. הגם די מעדיאַ־קאַנאַלן האַלטן אַן אינפֿאָרמאַציע־מלחמה און טרײַבן איבער די סיטואַציע, באַנוצן זיך ביידע נאַציאָנאַליסטישע לאַגערן, פּראָ־אוקראַיִנישע און פּראָ־רוסישע, מיט צווייפֿלהאַפֿטיקע סימבאָלן. אַ טייל אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן באַטראַכט די נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרן, וועלכע האָבן פֿאַרניכטעט אַ סך ייִדן, ווי זייערע העלדן. פֿון דער צווייטער זײַט, לויבן אַ טייל פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן די טרויעריק־באַרימטע „שוואַרצע מאה‟, וועלכע האָט געשטיצט און אָנגעהויבן די פּאָגראַמען אויף ייִדן.
דער כאַרקאָווער רבֿ, משה מאָסקאָוויטש, אַ ליובאַוויטשער חסיד, האָט באַמערקט אין אַ שמועס מיטן Forward, אַז ביידע זײַטן פֿונעם קאָנפֿליקט ווײַזן נישט אַרויס קיין באַזונדערע ליבשאַפֿט צו ייִדן. ביידע צדדים זאָגן אָבער, אַז זיי ווילן שאַפֿן אַן אָפֿענע געזעלשאַפֿט און שעמען זיך פֿון אַנטיסעמיטיזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.