אַמאָל, צוזאַמען מיט אַרום 60 סטודענטן, האָב איך געהערט אינעם האַרוואַרד־אוניווערסיטעט אַ לעקציע פֿון רות ווײַס וועגן אַבֿרהם סוצקעווער — איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע פּאָעטן אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, אַ פּאַרטיזאַנער און אַ ניצול־געוואָרענער פֿונעם ווילנער געטאָ. די פּראָפֿעסאָרין האָט דערציילט וועגן סוצקעווערס סוררעאַליסטיש פּאָעטיש ווערק „דער גרינער אַקוואַריום‟. ווײַס האָט דערקלערט, ווי אַזוי דער פּאָעט האָט אויסגענוצט די שוידערן פֿונעם חורבן ווי אַ מעטאַפֿאָר פֿאַר זײַן שעפֿערישן פּראָצעס — להיפּוך צו טעאָדאָר אַדאָרנאָ, וועלכער האָט אַמאָל געזאָגט, אַז „ס׳איז באַרבאַריש צו שרײַבן פּאָעזיע נאָך אוישוויץ‟. ווען רות ווײַס האָט באַשלאָסן, מיט 55 יאָר צוריק, צו פֿאַרנעמען זיך אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלער מדרגה מיט ייִדישער ליטעראַטור, האָט אויף איר באַשלוס געווירקט דווקא אַ באַגעגעניש מיט סוצקעווערן. איצט, נאָכן אָפּאַרבעטן כּמעט אַ האַלבן יאָרהונדערט אינעם געביט פֿון אַקאַדעמישע ייִדיש־שטודיעס, קלײַבט זי זיך פֿאַרענדיקן איר קאָנטראַקט מיטן אוניווערסיטעט און אַוועקגיין אויף פּענסיע.
ווײַס איז נישט ווייניקער באַקאַנט ווי אַ רעכטע אַקטיוויסטקע. זינט 1976, האָט זי כּסדר פּובליקירט פּאָליטישע אַרטיקלען אינעם זשורנאַל „קאָמענטאַרי‟ און אָפֿט אַטאַקירט די, וואָס זענען נישט געווען צופֿרידן מיט אירע דעות. די פּאָליטישע, פּערזענלעכע און פּראָפֿעסיאָנעלע קאַטעגאָריעס זענען פֿאַר איר טיף צונויפֿגעפֿלאָכטן. זי האָט דערקלערט דעם Forward, אַז ייִדיש און העברעיִש, ייִדישיזם און ציוניזם, וועלטלעכע און רעליגיעזע קולטור, איז תּמיד געווען פֿאַר איר איין „פּעקל‟.
בעת איר אַמאָליקן שמועס מיט סוצקעווער, האָט זי זיך צעלאַכט, ווען דער פּאָעט האָט איר פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש־שטודיעס. ווער דאַרף ייִדיש אין דער ענגליש־שפּראַכיקער אַקאַדעמישער וועלט? ווען זי האָט פֿאַרטיידיקט איר מאַגיסטער־טעזיס אינעם יאָר 1961, באַגלייט מיט אַן איבערזעצונג און אַ קאָמענטאַר צו סוצקעווערס „גרינעם אַקוואַריום‟, איז זי טאַקע געווען אַ פּיאָנערין אינעם דאָזיקן געביט. אינעם יאָר 1968, נאָכן באַקומען איר דאָקטאָראַט, אויך פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט דער מצבֿ אָנגעהויבן זיך פֿאַרבעסערן. מיט אַ יאָר שפּעטער, איז געגרינדעט געוואָרן די אַמעריקאַנער „אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע שטודיעס‟.
ווײַסעס שטאַרקע נעאָ־קאָנסערוואַטיווע דעות אין סאָציאַלע, קולטורעלע און פּאָליטישע פֿראַגעס האָבן זיך אויך אָפּגערופֿן אויף איר צוגאַנג צו ייִדיש. למשל, זי האָט קריטיקירט די ייִדישיסטן פֿאַרן פֿאַרוואַנדלען די שפּראַך אין אַן „אוטאָפּישן פּראָיעקט‟, פֿאַרדאַמט די ייִדישע קאָמוניסטן און פֿאַרנומען גאָר רעכטע פּאָזיציעס לגבי ישׂראל. צום בײַשפּיל, האָט זי אין אַן אַנומלטיקן אַרטיקלע אינעם „וואָל־סטריט זשורנאַל‟, פֿאַרטיידיקט די ווערטער פֿונעם געשעפֿטסמאַן טאָם פּערקינס, וועלכער האָט פֿאַרגליכן די לינקע קריטיק פֿונעם קאַפּיטאַליסטישן „איין פּראָצענט‟ מיט דער „קרישטאָל־נאַכט‟. זי האָט אויך אויפֿגערעגט די פֿעמיניסטן מיט איר שטיצן די טראַדיציאָנעלע משפּחה־ווערטן און געשלעכט־ראָלעס.
אַזוי ווי אַנדערע אַמעריקאַנער ליבעראַלן, קאָן איך נישט מסכּים זײַן מיט רות ווײַס אין אַ סך פֿאַלן, וואָס שייך פּאָליטיק. וואָס שייך אירע לעקציעס — וועט זי, אַוודאי, בלײַבן אויף דער „סצענע‟, אויב אַפֿילו זי הערט אויף אַרבעטן ווי אַ פּראָפֿעסאָרין. כּל־זמן אירע קינדער, אייניקלעך און תּלמידים באַטראַכטן איר אַנאַליז פֿון דער ייִדישער געשיכטע, וועט ער ווײַטער אַרויסרופֿן נײַע דיסקוסיעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.