דער מצבֿ אין מיזרח־אוקראַיִנע בלײַבט אָנגעשפּאַנט. זונטיק האָט מען אין די דאָנעצקער און לוהאַנססקער געגנטן דורכגעפֿירט אַ רעפֿערענדום און אויסגעפֿרעגט די היגע תּושבֿים, צי זיי ווילן אַרײַן אין באַשטאַנד פֿון רוסלאַנד. די תּושבֿים האָבן געשטימט „פֿאַר‟; ס’איז אָבער ניט קלאָר, ווי ריכטיק זײַנען די רעזולטאַטן פֿון אָט דעם רעפֿערענדום, און צי די דאָזיקע געגנטן ווילן טאַקע ווערן אַ טייל פֿון רוסלאַנד.
אויף דער ייִדישער קהילה פֿון רוסלאַנד האָבן די געשעענישן ניט געהאַט קיין דירעקטע השפּעה, נאָר אויף דער ייִדישער קהילה אין מיזרח־אוקראַיִנע איז די השפּעה זייער אַ שטאַרקע. די רוסישע מאַכט ניצט אויס די ייִדישע פֿראַגע אין איר אוקראַיִנישער פּאָליטיק, און די ייִדישע קהילה פֿון אוקראַיִנע וויל זיך פֿון רוסלאַנד אָפּגרענעצן. אַ טייל ייִדישע קהילות אין אוקראַיִנע זענען געשטימט אַנטי־רוסלענדיש.
די וואָך האָט דער פֿאָרזיצער פֿון דער אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע קהילות אין אוקראַיִנע, יוסף זיסעלס, דערקלערט, אַז די אוקראַיִנישע ייִדן זאָגן תּפֿילה פֿאַר דער איינהייט פֿון אוקראַיִנע. ער האָט באַמערקט, אַז מע דערוואַרט אַנטיסעמיטישע אַקציעס דווקא פֿון דעם רוסישן צד.
אין מאָסקווע האָט מען געעפֿנט אַ דענקמאָל לכּבֿוד אירענאַ סענדלער — אַ חסידת־אומות־העולם. די פּוילישע פֿרוי האָט געראַטעוועט אַן ערך 2,500 ייִדישע קינדער. זי האָט געאַרבעט אין וואַרשעווער געזונט־פֿאַרהיטונג, און אָפֿיציעל געהאַט די מעגלעכקייט אַרײַנצוגיין אין דער וואַרשעווער געטאָ. זי איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער אונטערערדישער אָרגאַניזאַציע „זשעגאָטאַ‟, וואָס האָט געהאָלפֿן די ייִדן. סענדלער האָט מכּלומרשט אינספּעקטירט דעם סאַניטאַרן־צושטאַנד פֿון דער געטאָ, און עס אויסגעניצט, כּדי בשתּיקה אַרויסצופֿירן פֿון דער געטאָ קינדער, באַהאַלטנדיק זיי אין אויטאָס, אין פּושקעס, אאַז״וו.
סענדלער האָט אָפּגעלעבט אַ לאַנג שווער לעבן און איז געשטאָרבן אין 2008. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז איר נאָמען באַקאַנט געוואָרן אין דער רוסישער אינטערנעץ; מע האָט אָנגעהויבן דערציילן איר געשיכטע, רופֿן מע זאָל איר צוטיילן די נאָבעל־פּרעמיע נאָכן טויט. און אָט זונטיק, דעם 11סטן מײַ, האָט מען געעפֿנט אַ דענקמאָל — אַ שטייענדיקע פֿרוי, אָנגעטאָן אין די קליידער פֿון אַ מיטאַרבעטאָרין פֿון וואַרשעווער געזונטהייט־פֿאַרהיטונג מיט אַ בלומען־קראַנץ אין די הענט; אויף אַ סטעליע הינטער איר רוקן ווערט באַשריבן אירענאַ סענדלערס העלדנטאַט. דער דענקמאָל געפֿינט זיך אינעם קינדער־פּאַרק „מאַסטערסלאַוול‟.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט די וואָך פֿאַרבעטן קיין מאָסקווע אַ ישׂראלדיקן פּראָפֿעסאָר דון הרן, אַ מומחה אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער מוזיק. מאָנטיק דעם 12טן מײַ האָט ער געגעבן אַ לעקציע וועגן ייִדישער מוזיק פֿון רענעסאַנס. ער האָט דערציילט וועגן סאַלאַמאָנע ראָסי, אַ ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר, וואָס האָט געשריבן מוזיק פֿאַרן הויף פֿונעם הערצאָג פֿון מאַנטאָוואַ. הרן האָט באַטראַכט די פֿראַגעס, ווי ווײַט ייִדישלעך איז די דאָזיקע מוזיק, און ווי אַזוי האָט אַ ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר זיך צוגעפּאַסט צום הערצאָגס הויף בפֿרט, און צו רענעסאַנס־געזעלשאַפֿט, און רענעסאַנס־קונסט בכלל. נאָך דער לעקציע האָט דער אַנסאַמבל „אַלטאַ קאַפּעלאַ‟ געזונגען עטלעכע פֿון ראָסיס לידער אויף איטאַליעניש און אויף לשון־קודש. מ‘האָט געשפּילט אויף אויטענטישע אינסטרומענטן. דון הרן וועט געבן אין מאָסקווע נאָך צוויי לעקציעס.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. דאָנערשטיק דעם 15טן מײַ וועט אין דעם נײַעם ייִדישן מוזיי פֿון מאָסקווע פֿאָרקומען אַ צערעמאָניע. דער קונסט־זאַמלער איסאַק קושניר וועט איבערגעבן דעם מוזיי עטלעכע בילדער פֿונעם באַרימטן סאָוועטישן ייִדישן מאָלער און צייכנער אַנאַטאָלי קאַפּלאַן. קושניר פֿאַרמאָגט אפֿשר די גרעסטע זאַמלונג פֿון קאַפּלאַנס אַרבעטן, וואָס ער האָט געקויפֿט בײַ קאַפּלאַנס קינדער און יורשים. פֿון צײַט צו צײַט שטעלט ער אויס טיילן פֿון דער זאַמלונג אין מוזייען און גאַלעריעס. עטלעכע קאַפּלאַנס בילדער האָט ער געשענקט די גרעסטע מוזייען פֿון מאָסקווע און פּעטערבורג: דער טרעטיאַקאָוו־גאַלעריי, דעם רוסישן מוזיי און דעם הערמיטאַזש.
דעם 15טן מײַ וועט קושניר האַלטן אַ קורצע רעדע און עטלעכע מענטשן וועלן דערציילן וועגן קאַפּלאַנס ווערק און די געשענקטע בילדער גופֿא, בתוכם די בילדער „אַ מאַן אין אַ טלית‟, „מײַן זיידע מאַטעס קאַזאַקאָוו‟, „אַ ייִדיש פֿאָלקס־ליד, אַ ייִדיש קאָלווירט־ליד‟.
די בילדער וואָס דער מוזיי האָט באַקומען, וועלן זיך געפֿינען אינעם זאַל פֿאַר אויסשטעלונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.