אַרײַנקומענדיק אינעם גרויסן זאַל אין וואַשינגטאָן, וווּ מע האָט געפּראַוועט יום־העצמאות, דעם 12טן מײַ, האָט דער אַמעריקאַנער שליח אינעם מיטעלן מיזרח, מאַרטין אינדיק, אויסגעזען ווי בײַ זיך אין דער היים, און ווי געוויינטלעך — געדריקט די האַנט און וואַרעם באַגריסט די ישׂראלדיקע הויכע באַאַמטע.
אָבער ווען דער ישׂראלדיקער אויסשפּיר־מיניסטער יובֿל שטײַניץ האָט אים דערזען, האָט ער אים שטרענג געעצהט אַרויסצולאָזן אַ דערקלערונג, אַז ישׂראל איז בפֿירוש נישט שולדיק אינעם צוזאַמענפֿאַל פֿון די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער.
מיט פֿיר טעג פֿריִער האָט אינדיק געהאַט עפֿנטלעך דערקלערט, אַז די ישׂראלדיקע בוי־פּראָיעקטן אין די ייִשובֿים אויפֿן אָקופּירטן מערבֿ־ברעג זענען די הויפּט־סיבה, פֿאַר וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט נישט געקאָנט צונויפֿשטעלן אַ שלום־הסכּם.
פֿונעם אַמעריקאַנער שטאַנדפּונקט איז אינדיק זיכער נישט אַנטי־ישׂראל. פֿאַרקערט, זײַן ערשטע דערפֿאַרונג אין וואַשינגטאָן אין שײַכות מיט מדינת־ישׂראל, איז געווען ווי אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿונעם פּראָ־ישׂראל־לאָבי „אייפּעק‟. נאָך דעם איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פֿון אַ פּראָ־ישׂראלדיקער עקספּערטן־קאָמיסיע; דערנאָך — אַן עצה־געבער פֿאַר פּרעזידענט ביל קלינטאָן; צוויי קאַדענצן ווי דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל, און צום סוף — אַמעריקעס הויפּט שלום־פֿאַרמיטלער.
סטיווען ראָזען, אַ געוועזענער הויכער באַאַמטער אין „אייפּעק‟, האָט באַשטעטיקט אינדיקס מעלות ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל. „דאָס איז אַ מענטש, וואָס האָט איבערגעלייענט ממש יעדעס בוך וועגן ישׂראל, וואָס מע האָט אַמאָל פּובליקירט. ער האָט אויסערגעוויינטלעכע אַנאַליטישע און דיפּלאָמאַטישע פֿעיִקייטן,‟ האָט ראָזען באַמערקט.
און דאָך, האָט אינדיק בעת די יאָרן נישט באַהאַלטן זײַן גלײַכצײַטיקע אומצופֿרידנקייט מיט די ישׂראלדיקע בוי־פּראָיעקטן אויפֿן מערבֿ־ברעג.
„וועגן דעם אַמבאַסאַדאָר אינדיק קאָן מען זאָגן: וואָס אויף דער לונג איז אויף דער צונג,‟ האָט אַ באַאַמטער פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע באַמערקט דעם Forward, אויפֿן תּנאַי, אַז ער זאָל בלײַבן אַנאָנים. „אפֿשר איז דאָס אַ רעזולטאַט פֿון דעם, וואָס ער איז אַן אויסטראַליער. ער איז מער אָפֿנהאַרציק ווי ס׳רובֿ דיפּלאָמאַטן, אָבער די סיבה, פֿאַר וואָס ער זאָגט זיך אַרויס אַזוי שאַרף איז, ווײַל ער זאָרגט זיך וועגן ישׂראלס צוקונפֿט.‟ דעם 2טן מײַ האָט „ידיעות אַחרונות‟ אָפּגעדרוקט אַ לענגערן אינטערוויו פֿונעם קאָלומניסט נחום באַרנעאַ מיט אַ צאָל אַנאָנימע הויכע באַאַמטע אין וואַשינגטאָן, וועגן די נישט־געלונגענע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. באַרנעאַ האָט ציטירט איינעם פֿון די באַאַמטע, זאָגנדיק: „די מענטשן אין ישׂראל טאָרן נישט איגנאָרירן דעם ביטערן אמת. דער הויפּט־סאַבאָטאַזש איז געקומען פֿון די ישׂראלדיקע ייִשובֿים.‟ אָבסערוואַטאָרן האָבן גלײַך משער געווען, אַז יענער באַאַמטער איז געווען אינדיק, ווײַל ס׳איז גוט באַקאַנט, אַז ער איז אַ גוטער פֿרײַנד מיטן קאָלומניסט. דער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט האָט נישט געלייקנט, אַז דאָס האָט אינדיק געזאָגט.
די ישׂראלים האָבן זיך שטאַרק אַנטקעגנגעשטעלט דעם געדאַנק, אַז פּרעמיער בנימין נתניהוס שטיצע פֿון די בוי־פּראָיעקט איז שולדיק אין די נישט־געלונגענע פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער. „אַזאַ קוקווינקל איז זייער נאַיִוו און פּשוט נישט ריכטיק,‟ האָט באַטאָנט מײַקל הערצאָג, אַ מיטגליד פֿון דער ישׂראלדיקער פֿאַרהאַנדלונג־מאַנשאַפֿט. „די אַמעריקאַנער האָבן געמאַכט אַ צאָל בולטע טעותן אין די פֿאַרהאַנדלונגען בעת די פֿאַרגאַנגענע נײַן חדשים; ס׳וואָלט נישט געשאַט, ווען זיי גיבן זיך אַליין אָפּ אַ דין־וחשבון.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.