זינט דעם לעצטן איבערקערעניש אין עגיפּטן מאַכט זיך די וועלט נישט וויסנדיק, ווען עס קומט צו די ברוטאַלע שריט, וואָס דער רעזשים נעמט אָן אין די ראַמען פֿון דעם קאַמף קעגן דער „מוסולמענישער ברודערשאַפֿט‟. עגיפּטן מוז בעטן רשות בײַ ישׂראל צו שיקן סאָלדאַטן אויפֿן סיני־האַלבאינדזל, און ישׂראל דערלאָזט, אַז עגיפּטן זאָל טאַקע אַרײַנשיקן אַהין טויזנטער זעלנער. אין גאָלף האָבן סאַודיע, די עמיראַטן און באַכריין צוריקגעבראַכט זייערע אַמבאַסאַדאָרן פֿון קאַטאַר צוליב קאַטאַרס ענגע באַציִונגען מיט דער „ברודערשאַפֿט‟. אַמעריקע שווינדלט אַ ביסל וועגן „צוּוואַרטן און זען‟ און וועגן „לאָזן דאָס עגיפּטישע פֿאָלק געפֿינען דעם וועג פֿאַר דעמאָקראַטיע‟. דאָך, מוז מען פֿרעגן: ווי ווײַט דאַרף די רעגירונג דערגיין אין אירע מעשׂים, ביז די וועלט וועט קלאָר אונטערשטרײַכן דעם אונטערשייד צווישן לעגיטימע זיכערהייט־ענינים און פּשוטן מאָרד?
לעצטנס, האָט אַ געריכט אין עגיפּטן פֿאַרמישפּט 683 מענטשן צום טויט פֿאַרן הרגענען אַ פּאָליציאַנט אין מיניאַ, אַ דאָרף, וואָס געפֿינט זיך 250 ק”מ דרום-צו פֿון קאַיִר. דאָרט האָט אַ כאָפּטע איסלאַמיסטן דורכגעפֿירט אַ פּאָגראָם קעגן די קאָפּטישע קריסטן אין דאָרף, באַרויבט און פֿאַרברענט צענדליקער קלויסטערס. די באַשולדיקטע זײַנען שטיצער פֿון דער „מוסולמענישער ברודערשאַפֿט‟, צווישן זיי — דער „ברודערשאַפֿט‟־פֿאָרזיצער מוכאַמאַד באַדיע.
כּדי צו דערגאַנצן דאָס בילד, דאַרף מען דערמאָנען, אַז נאָר מיט אַ חודש צוריק האָט דאָס זעלבע געריכט פֿאַרמישפּט צום טויט 529 מיטגלידער פֿון דער „ברודערשאַפֿט‟.
ווי ייִדן, פֿאַרשטייען מיר, אַז עס איז וויכטיק צו האָבן אַ רעגירונג, וואָס זאָל זיך שטאַרק באַמיִען אָפּצושטעלן געוואַלד קעגן עטנישע און רעליגיעזע מינדערהייטן; אָבער עס איז קלאָר, אַז דאָס איז נישט דער ציל פֿון דער עגיפּטישער רעגירונג. קודם-כּל, פֿאַרוואָס האָט מען געמישפּט די מענטשן פֿאַר הרגענען דעם פּאָליציאַנט, נאָר נישט פֿאַר דער שחיטה קעגן די קאָפּטן? צווייטנס, איז עס בכלל נישט לאָגיש צו באַשולדיקן מער ווי 1,100 מענטשן אינעם מאָרד פֿון איין מענטש, זאָל ער אַפֿילו זײַן אַ פּאָליציאַנט. דאָס וואָס די פֿאַרמישפּטע זײַנען שטיצער פֿון דער אַראָפּגעוואָרפֿענער רעגירונג פֿון מוכאַמאַד מורסי לאָזט אונדז גרינג אײַנזען, וואָס איז דאָ דער אמתער ציל.
עס איז נישט קיין צופֿאַל, אַז אין דעם זעלבן טאָג האָט די רעגירונג פֿאַרבאָטן די יוגנט-באַוועגונג „6טער אַפּריל‟, וואָס האָט זיך באַטייליקט אין דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟, און האָט אויך פּראָטעסטירט קעגן ביידע זײַטן אינעם קאָנפֿליקט צווישן דער „מוסולמענישער ברודערשאַפֿט‟ און דעם מיליטער. די באַוועגונג איז געגרינדעט געוואָרן אין 2008, כּדי צו שטיצן אַ שטרײַק פֿון די טעקסטיל־אַרבעטער. שוין דרײַ פֿון אירע פֿיר גרינדער זיצן אין תּפֿיסה, ווײַל זיי האָבן אָרגאַניזירט אַן אומלעגאַלן פּראָטעסט קעגן אַ געזעץ וועגן פּראָטעסטן.
פֿון איר זײַט, שווײַגט די „אינטערנאַציאָנאַלע געמיינדע‟. דאָס איינציקע וואָס מע הערט פֿון די פֿירער פֿון דער פֿרײַער וועלט איז, אַז זיי זײַנען „פֿאַרזאָרגט‟ וועגן וואָס עס קומט פֿאָר אין עגיפּטן. דאָס „ווײַסע הויז‟ האָט געזאָגט, אַז אַמעריקע איז „טיף פֿאַרצאָרנט‟, צוליב דעם מצבֿ; און דער פֿראַנצויזישער אויסערן־מיניסטעריום איז אויך „פֿאַרזאָרגט‟. די „יו־ען‟ איז „באַאומרויִקט‟; אָבער ווער וועט פֿאָרט רעאַגירן אויף דער רציחה און אַכזריות פֿון דער עגיפּטישער רעגירונג? נאָך אַלעמען, נישט געקוקט דערויף וואָס 529 מענטשן זײַנען שוין פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט, האָט אַמעריקע באַשלאָסן צו שיקן 10 „אַפּאַטשי‟־העליקאָפּטערס און 650 מיליאָן דאָלאַר, ווי אַ מיליטערישע הילף דער עגיפּטישער רעגירונג.
די סיבה פֿאַרן שווײַג איז נישט שווער צו טרעפֿן. דהײַנו: די „מוסולמענישע ברודערשאַפֿט‟ האָט זיך געקויפֿט פֿיל שׂונאים איבער דער וועלט, חוץ אפֿשר טערקײַ און קאַטאַר. פֿאַרשטייט זיך, אַז די מערבֿ־וועלט האָט נישט קיין ליבשאַפֿט פֿאַר די איסלאַמיסטן. אַפֿילו די שטיצע פֿון קאַטאַר האָט נישט קיין סך ווערט, ווײַל קאַטאַר, ווי אַ קליין מדינהלע מיט אַ סך געלט, קויפֿט זיך אַליאַנצן און, אַז די „ברודערשאַפֿט‟ איז געוואָרן שוואַכער זינט דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟, איז זי דער אַליאַנץ ווייניקער וויכטיק.
די פּאָליטיקער און דיפּלאָמאַטן פֿון דער מערבֿ-וועלט ריידן וועגן זאָרג און שוועריקײטן אין דעם איבערגאַנג־פּעריאָד צו דעמאָקראַטיע, אָבער די עגיפּטישע רעגירונג איז געבליבן אין תּוך די זעלבע, וואָס זי איז תּמיד געווען זינט דער רעוואָלוציע פֿון 1952 — אַ מיליטערישע כונטע. דער איינציקער אונטערשייד איז, אַז אָנשטאָט אַ פּרעזידענט אינעם ראַנג פֿון אַ קאָלאָנעל, וועט מען האָבן, צום ערשטן מאָל, אַן אמתן גענעראַל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.