רעמאָנטירטע שיל אין ביירוט וועט זיך ווידער עפֿענען

Renovated Beirut Synagogue To Reopen


פֿון ייִט״אַ און אַנדערע נײַעס־קוואַלן

Published May 20, 2014, issue of June 06, 2014.

די איינציקע שיל אין ביירוט וועט ווידער עפֿענען אירע טירן נאָך אַ 5־יאָריקן רעמאָנט.

די שיל, „מגן־אַבֿרהם‟, וואָס געפֿינט זיך אין וואַדי אַבו דזשאַמיל, דער געוועזענער ייִדישער קוואַרטאַל פֿון דער שטאָט, איז געבויט געוואָרן אין 1926, אָבער איז, צום טייל, צעשטערט געוואָרן בײַם אָנהייב פֿונעם בירגערקריג אין לבֿנון, אין 1975, גיט איבער אַ באַריכט אין דער Times of Israel, אויפֿן סמך פֿון אַ באַריכט אין אַן אַראַבישער צײַטונג אין לאָנדאָן „אַ שאַרק אַל־אַווסאַט‟.

אַ סך ייִדישע אײַנוווינער האָבן עמיגרירט פֿון לאַנד נאָך דער ישׂראלדיקער אינוואַזיע פֿון לבֿנון אין 1982, אויס זאָרג, אַז די רעגירוג אָדער זייערע שכנים וועלן זיך נוקם זײַן אין זיי.

די ייִדישע קהילה אין לבֿנון באַשטייט איצט פֿון 100 נפֿשות, און יצחק אַראַזי, דער קהילה־פֿירער, זאָגט, אַז צווישן די מנדבֿים פֿונעם רעמאָנט זענען געווען ייִדן, קריסטן און מוסולמענער. דער פּראָיעקט, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין 2009, האָט געקאָסט אַרום 1 מיליאָן דאָלער.

אַראַזי האָפֿט, אַז די שיל וועט אויפֿלעבן די אָרטיקע ייִדישע קהילה. ער זאָגט, אַז ער איז שטאָלץ צו זײַן אַ לבֿנונער, אָבער האָט אויסגעדריקט פֿײַנטלעכע געפֿילן קעגן ציוניזם און ישׂראל.

„איר קענט זײַן זיכער, אַז ווען איך וואָלט געווען אַ ציוניסט אָדער ישׂראלי, וואָלט איך נישט געבליבן אין לבֿנון אַפֿילו קיין איין סעקונדע נישט,‟ האָט אַראַזי געזאָגט. די ייִדישע קהילה אין לבֿנון „האָט נישט קיין שום פֿאַרבינדונג מיט די, וועלכע ווילן וווינען אין פּאַלעסטינע און וועלכע דערהרגענען אומשולדיקע מענטשן. מיר האַלטן זיך פֿאַר 100־פּראָצענטיקע לבֿנונער.‟

די ייִדישע אמונה איז איינע פֿון אַכצן רעליגיעס, וואָס ווערט אָפֿיציעל אָנערקענט אין לבֿנון. בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג דאָרט דערגרייכט אַרום 20,000 נפֿשות.