מאַאַסטריכט, האָלאַנד. — בעת זי האָט זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס, פֿלעגט טילי וואַלוויס לײַדן פֿון קאָשמאַרן, אַז די דײַטשע סאָלדאַטן וועלן זיך אַרײַנרײַסן אינעם הויז, וווּ זי און אירע קינדער באַהאַלטן זיך, און דעפּאָרטירן נישט בלויז זיי, אָבער אויך דאָס קריסטלעכע פּאָרפֿאָלק, וואָס האָט זיי באַהאַלטן.
איר שרעק איז געווען אַ באַרעכטיקטע, ווײַל אין שכנות האָט געוווינט אַ משפּחה פֿון האָלענדישע נאַציס, וואָס וואָלטן אָפּגעלעקט אַ ביינדל, ווען זיי וואָלטן געמסרט די ייִדן צו די דײַטשע אָקופּירנדיקע כּוחות. איין מאָל איז אַ סאָלדאַט טאַקע אַרײַנגעקומען אין הויז — אין 1944, אָבער ער איז געווען אַן אַמעריקאַנער, און האָט געזוכט נאַציס, נישט ייִדן. לויט אַ באַריכט אין „יד־ושם‟, האָט וואַלוויס אים גלײַך געזאָגט אויף ענגליש, אַז זי איז אַ ייִדישע, און ער האָט גלײַך געענטפֿערט: „איך אויך,‟ דערבײַ אַרויסרופֿנדיק בײַ איר טרערן פֿון פֿרייד.
וואַלוויס איז געווען איינע פֿון 2,000 האָלענדישע און דײַטשישע ייִדן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין לימבורג, אַ קליינע פּראָווינץ לעבן די בעלגישע און דײַטשע גרענעצן, וואָס — ווי פֿאָרשער האָבן לעצטנס אַנטדעקט — איז געווען דאָס זיכערסטע אָרט פֿאַר די ייִדן אין האָלאַנד בעת דעם חורבן. בלויז 10% פֿון די ייִדן, וועלכע האָבן זיך דאָרט באַהאַלטן זענען אַרעסטירט געוואָרן — אַ דריטל פֿון דער צאָל אַרעסטירטע ייִדן אין גאַנץ האָלאַנד.
נאָך מער אינטערעסאַנט איז, אַז דער ראַיאָן האָט דווקא געהאַט מער ייִדישע אײַנוווינער נאָכן חורבן ווי פֿאַר דעם, גיט איבער הערמאַן וואַן רענס, אַ האָלענדישער בירגער, וואָס זײַן בוך „גערודפֿט אין לימבורג‟ איז פּובליקירט געוואָרן פֿאַראַיאָרן, אַ יאָר פֿאַרן 70סטן יאָר פֿון דער באַפֿרײַונג.
די געשיכטע פֿון די באַהאַלטענע ייִדן אין לימבורג איז געווען אין גאַנצן אומבאַקאַנט, ביז וואַן רענס און זײַן פֿרוי, אַנעליס, האָבן אָנגעהויבן זאַמלען די רשימות נעמען פֿון די ייִדן, וואָס ער האָט געפֿונען אין צענדליקער מוניציפּאַלישע אַרכיוון איבער דער פּראָווינץ. דורך זייער פֿאָרש־אַרבעט, האָבן דאָס פּאָרפֿאָלק באַוויזן, אַז אין לימבורג האָבן זיך באַהאַלטן צוויי מאָל אַזוי פֿיל ייִדן, ווי מע האָט ביז איצט געמיינט.
אין 1933 האָבן אין לימבורג געוווינט 800 ייִדן. נאָך צוויי כוואַליעס פֿון עמיגראַציע מצד ייִדישע פּליטים (צו ערשט, אַן עמיגראַציע פֿון דײַטשע ייִדן, און שפּעטער — פֿון אַנדערע ערטער אין האָלאַנד) איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג דווקא געשטיגן ביז 2,200 נפֿשות. דער וווּקס פֿון 46% איז אַ בולטער אונטערשייד פֿון די איבעריקע שטעט אין האָלאַנד, וואָס האָט פֿאַרלוירן 75% פֿון זייערע ייִדן אינעם חורבן — דער גרעסטער פֿאַרלוסט פֿון ייִדן אין גאַנץ אייראָפּע אַחוץ דײַטשלאַנד, וואָס האָט פֿאַרלוירן 88% פֿון אירע ייִדן.
די אײַנוווינער פֿון לימבורג רעדן אַן אייגענעם דיאַלעקט און האָבן במשך פֿון זייער געשיכטע געהאַט זייער נאָענטע באַציִונגען מיט זייערע שכנים. אפֿשר דערפֿאַר האָבן זיי ריזיקירט אַזוי פֿיל צו ראַטעווען די ייִדן, זאָגט וואַן רענס. „ווען עמעצער האָט געמסרט אַ שכן אין לימבורג, האָט יעדער געוווּסט וועגן דעם, און מע האָט דעם מענטשן אויסגעשלאָסן פֿון דער געזעלשאַפֿט,‟ האָט וואַן רענס געזאָגט דער ייִט״אַ.
די אײַנוווינער פֿון לימבורג האָבן אויך געהאָלפֿן ייִדן צו אַנטלויפֿן פֿון די נאַצי־קאָנטראָלירטע ערטער, דורך היילן פֿון קאַלכשטיינער, וואָס האָבן דערפֿירט צו דער גרענעץ מיט בעלגיע. בערך 3,000 ייִדן זענען אַנטלאָפֿן קיין שפּאַניע און שווייץ דורך לימבורג.
וואַן רענס׳ פֿאָרש־אַרבעט האָט אַרויסגערופֿן לויב מצד געוויסע חורבן־עקספּערטן, ווי יאָהאַנעס הוּווינק טען קאַטע. „קיינער האָט פֿריִער נישט געהאַט דאָס געדולד דורכצופֿירן אַזאַ פּרטימדיקע פֿאָרשונג,‟ האָט טען קאַטע געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.