דער חילוק צװישן צװײ פֿאַרשידענע מינים פֿון אָפּהיטן און איבערגעבן טראַדיציעס, בכּתבֿ און בעל–פּה, איז זײער װיכטיק בײַ ייִדן. זינט די צײַטן פֿון חז״ל זײַנען בײדע מינים געװען גלײַכװערטיק. בײַ אײניקע אומות־העולם זײַנען פֿאַראַן ענלעכע באַגריפֿן, און אַ פֿאַרגלײַכיקער קוק אױף דער ייִדישער און סלאַװישער קולטור אַנטפּלעקט אינטערעסאַנטע און באַלערעװדיקע פּאַראַלעלן. דער דאָזיקער טעמע איז געװידמעט אַ נײַ זאַמלבוך „דאָס בעל־פּה און דאָס בוך אין דער ייִדישער און סלאַװישער טראַדיציע‟, װאָס איז כּולל רעפֿעראַטן פֿון אַן אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין מאָסקװע אין 2012.
שױן לאַנגע יאָרן באַהאַנדלען די פֿאָרשער פֿון חסידות די השערה, אַז די ערשטע חסידישע צדיקים און רביים, און, דער עיקר, דער בעל-שם־טובֿ אַלײן, זײַנען געװען אין פֿאַרבינדונג מיט קריסטלעכע מיסטיקער פֿון אוקראַיִנע און רומעניע. דער מאָסקװער היסטאָריקער סערגײ מעלניק מאַכט אַ פֿאַרגלײַך צװישן דעם בעש״ט און זײַן מיטצײַטלער, דעם באַרימטן קריסטלעכן „אַלטער מאַן‟ פּאַיִסי װעליטשקאָװסקי, װאָס איז געװען אַ דעה־זאָגער צװישן די פּראַװאָסלאַװנע מיסטישע קרײַזן אין רומעניע און גריכנלאַנד. דערצו איז ער געװען אַ געשמדטער ייִד. זײַן „תּורה‟ האָט ער פֿאַרשפּרײט בעל־פּה, און האָט געהאַט אַ סך „חסידים‟ צװישן די מאָנאַכן.
בעת פּאַיִסי האָט געהאַלטן זײַן „תּורה‟ בסוד, זײַנען די שפּעטערע פּראַװאָסלאַװנע „אַלטע לײַט‟ געװען מער צוטריטלעך פֿאַרן עמך, פּונקט אַזױ װי די שפּעטערע דורות צדיקים.
די קאָנטאַקטן צװישן ייִדן און סלאַװישע שבֿטים הײבן זיך אָן אין גאָר אַלטע צײַטן, אָבער קײן שריפֿטלעכע ידיעות װעגן דעם האָבן מיר ניט. די פֿאָרשער פֿון דער אַלט־סלאַװישער מיטאָלאָגיע פּרוּװן צו רעקאָנסטרויִרן די פֿאַר־קריסטלעכע פּאַגאַנישע גלױבענישן. זײ באַמערקן דערבײַ, אַז אײניקע פּאַגאַנישע פּערסאָנאַזשן פֿאַרמאָגן געװיסע שטריכן פֿון תּנ״כישע נבֿיאים. װלאַדימיר פּעטרוכין (מאָסקװע) אַנאַליזירט די מעכאַניק פֿון אַריבערטראָגן קולטורעלע עלעמענטן פֿון דער ייִדישער טראַדיציע צו דער סלאַװישער מיטאָלאָגיע. די פֿאַרמיטלער אינעם דאָזיקן פּראָצעס זײַנען געװען ביזאַנטישע גריכן, װאָס האָבן געבראַכט קריסטנטום צו די אָבֿות פֿון הײַנטיקע רוסן, אוקראַיִנער און װײַסרוסן. אַזױ אַרום איז דער שטאַרקסטער סלאַװישער גאָט פּערון געװאָרן אַ מין גילגול פֿון אליהו־הנבֿיא, װאָס פֿאָרט אַרום איבערן הימל אױף אַ פֿלאַמיקן װאָגן און װאַרפֿט בליצן און דונערן.
אין מיטלאַלטער, אַזױ װי הײַנט, זײַנען כּלערלײ קלאַנגען און פּליאָטקעס געװען אַ װיכטיקער מקור פֿון אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם, װאָס עס קומט פֿאָר אין דער גאַנצער װעלט. אַפֿילו מלוכישע אַנשטאַלטן האָבן זיך פֿאַרלאָזט אױף דעם דאָזיקן קװאַל. אַזױ, למשל, געפֿינט זיך אינעם אַרכיװ פֿונעם מאָסקװער „אַמבאַסאַדאָרישן אָפּטײל‟, דעם אױסערן–מיניסטעריום פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, אַ טשיקאַװער באַריכט װעגן שבתי צבֿי מיט אַ גאַנצער רשימה פֿון כּלערלײ װערטפֿולע זאַכן, װאָס ער האָט כּלומרשט פֿאַרמאָגט: אַ בלעטל פֿונעם עץ־הדעת פֿונעם גן־עדן; אַ שטײן, מיט װעלכן אַבֿרהם אָבֿינו האָט זיך געמלט; אַ שטיקל האָר פֿון שמשון הגיבור, וכדומה.
כּלערלײ אַנעקדאָטן און װיצן װעגן פֿרעמדע פֿעלקער זײַנען געװען אַ באַליבטע לעקטור צװישן פּראָסטע לײַט. אין אַלטן פּױלן, װוּ עס האָבן געלעבט קריסטן פֿון פֿאַרשידענע שיטות, ייִדן און מוסולמענער, האָט דער דאָזיקער זשאַנער געבליט אינעם 17טן־18טן יאָרהונדערט. ספּעציעל באַליבט זײַנען געװען טשיקאַװע מעשׂיות װעגן ייִדן. מען האָט דערצײלט װעגן אַ ייִד מיט צװײ פּנימער; װעגן אַ קריסטלעכן גלח, װאָס איז אַראָפּ פֿון זינען און האָט גערופֿן ייִדן אומצוקערן זיך קײן ארץ־ישׂראל, און כּלערלײ אַזעלכע זאַכן. גילגולים פֿון אַזאַ מין אַנעקדאָטן קאָן מען געפֿינען אַפֿילו אין דער מאָדערנער ליטעראַטור, װי למשל, בײַ יצחק באַשעװיס.
די גרענעץ צװישן דער בעל־פּהיִקער און דער שריפֿטלעכער קולטור איז ניט פֿעסטגעשטעלט. די פֿאָרשער פֿון פֿאָלקלאָר אַמפּערן זיך װעגן דער דעפֿיניציע פֿון דעם דאָזיקן באַגריף. אַן אַנדער, גאָר באַזונדערער ענין זײַנען יענע זשאַנערס פֿון פֿאָלקסשאַפֿונג, װאָס האָבן ניט קײן אױסדרוק אין װערטער, װי למשל, מוזיק. עװגעניע כאַזדאַן (פּעטערבורג) טענהט, אַז די טראַדיציאָנעלע מוזיקאַלישע קולטור פֿון אַשכּנזים איז אַ יוצא–דופֿן צװישן אַנדערע אײראָפּעיִשע פֿאָלקס־טראַדיציעס. דאָס האָט צו טאָן מיט דעם, װאָס בײַ די אַשכּנזים פֿאַרנעמט חזנות אַ גאָר ספּעציעל און חשובֿ אָרט, בעת בײַ די קריסטלעכע פֿעלקער האָט די פֿאָלקמוזיק אַ קנאַפּן שײַכות צו דער רעליגיעזער מוזיק. זמירות, ניגונים (און אַפֿילו בדחנות), און כּלי־זמרים „באַזירן זיך אױף די זעלביקע מאָדאַלישע סטרוקטורן‟, זאָגט כאַזדאַן. לױט איר מײנונג, זײַנען די באַציִונגען צװישן די פֿיקסירטע „הױכע‟ און די מער פּאָפּולערע „נידעריקע‟ מוזיקאַלישע זשאַנערס, ענלעך צו די באַציִונגען צװישן דער תּורה־שבכּתבֿ און דער תּורה־שבעל־פּה.
עס איז אָפֿטמאָל שװער דורכצופֿירן אַ קלאָרע גרענעץ צװישן דעם גערעדטן און געשריבענעם װאָרט. הײַנטיקע טעאָרעטיקער פֿון ליטעראַטור האָבן אױפֿגעבױט קאָמפּליצירטע און פֿאַרפּלאָנטערטע מאָדעלן פֿון אָט די דאָזיקע צװישנבאַציִונגען; און די ייִדישע טראַדיציע פֿאַרמאָגט אויף דער דאָזיקער טעמע אַ רײַכן און פֿילזײַטיקן מאַטעריאַל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.