נאָך דעם, ווי דער Forward האָט געבעטן די לייענער צו דערציילן אַ מעשׂה וועגן זייערע ירושה־חפֿצים, האָבן מיר באַקומען אַ גאַנצע קופּע בריוו מיט כּלעריי דערציילונגען — אויסטערלישע, חידושדיקע און רירנדיקע. די משפּחה־ירושה פֿאַרבינדט די מענטשן פֿיזיש מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט; אין אַ ייִדישער משפּחה, קאָנען די אַלטע חפֿצים אונדז אויך גײַסטיק פֿאַרבינדן מיט די פֿאַרגאַנגענע דורות פֿון דער קהילה־געשיכטע.
ווען דזשולי ראָזענבאַום פֿון ראָיאַל־אָאַק, מישיגען, האָט באַזוכט איר באָבע, אירינאַ, אין פּתח־תּיקווה, האָט די 91־יאָריקע פֿרוי איר געוויזן דעם לעפֿל, מיט וועלכן זי האָט איבערגעלעבט דאָס פֿינצטערסטע יאָר פֿון איר לעבן — אין אוישוויץ. כּמעט דאָס גאַנצע פֿאַרמעגן פֿון איר משפּחה איז פֿאַרלוירן געוואָרן אָדער צוגעגנבֿעט דורך די נאַציס. דער פּשוטער לעפֿל, וואָס מע האָט איר געגעבן אין אויסשוויץ, איז געווען דאָס איינציקע פֿאַרמעגן אירס, וואָס זי האָט אָפּגעהיט אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער.
איניראַ האַלט דעם היסטאָרישן לעפֿל אין אַ קאָמאָד, צווישן טײַערע זילבערנע כּלים אין איר קליינער דירה, וווּ זי וווינט זינט די 1970ער יאָרן. הײַנט, לעבנדיק באַקוועם אין פּתח־תּיקווה, היט זי אָפּ דעם היסטאָרישן חפֿץ ווי אַ דענקמאָל פֿון איר שטאַרקן גײַסט, וועלכער האָט איר געהאָלפֿן איבערצולעבן דעם חורבן.
ען גאָלדמאַן, וואָס וווינט אין רעד־באַנק, ניו־דזשערזי, האָט דערציילט, אַז איר באָבע איז אויפֿגעוואַקסן אויף דער מיזרחדיקער זײַט פֿון נידער־מאַנהעטן. ווען זי האָט אָנגעהויבן אַרבעטן נאָכן פֿאַרענדיקן די מיטל־שול, איז די ערשטע זאַך, וואָס זי האָט געקויפֿט אויף איר אייגן געלט, געווען אַ שבתדיקער לײַכטער — אַן אומגעוויינטלעכער, פֿאַר דרײַ ליכט. די בראָנדזענע קאָנסטרוקציע איז באַצירט מיט צוויי „ברומענדיקע‟ לייבן, וואָס קוקן איינער אויפֿן צווייטן.
די באָבע האָט צוגעזאָגט דעם אייניקל צו געבן דעם לײַכטער במתּנה, ווען זי וועט אויך אָנהייבן פֿירן איר אייגענע ווירטשאַפֿט. איצט באַנוצט זיך גאָלדמאַן דערמיט יעדע וואָך, בײַם אָנצינדן די שבת־ליכט. במשך פֿון אַ סך יאָר האָט זי געטראַכט, אַז דאָס איז אַ פּשוטער ביליקער לײַכטער. זי האָט געזען צוויי עקזעמפּלאַרן פֿונעם זעלבן דיזײַן בײַ באַקאַנטע אין דער היים און אינעם חיפֿהר מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון עמנואל מאַנע־כּ״ץ.
שפּעטער, האָט גאָלדמאַן אויסגעפֿונען, אַז דער לײַכטער איז אַ זעלטן פּויליש ווערק פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. מסתּמא, האָט אַן אימיגראַנט פֿון מיזרח־אייראָפּע עס פֿאַרמשכּנט אין אַ לאָמבאַרד, און איר באָבע האָט עס דאָרטן געקויפֿט פֿאַר אַ נידעריקן פּרײַז. גאָלדמאַן האָט דערציילט, אַז ווען זי צינדט אָן די שבת־ליכט, טראַכט זי, אַז דער לײַכטער האָט געמוזט האָבן אַ לענגערע געשיכטע, נאָך פֿאַר איר באָבעס צײַטן.
ליסאַ קאָלטאָן פֿון טשאַרלאָטסוויל, שטאַט ווירדזשיניע, האָט דערציילט, אַז איר עלטער־עלטער־פֿעטער, משה גאָלד, האָט זיך געלערנט אין ישיבֿה און זיך געקליבן צו ווערן אַ רבֿ פֿאַרן פּריזיוו אין דער רוסישער אַרמיי. זײַן ברודער האָט זיך אײַנגעגעבן אַוועקצופֿאָרן קיין אַמעריקע און זיך באַזעצן אין וואָרטשעסטער, מאַסאַטשוסעטס. ווען ער האָט פֿאַרדינט דאָרטן אַ ביסל געלט, האָט ער אַריבערגעבראַכט פֿון רוסלאַנד זײַן משפּחה, אַרײַנגערעכנט דעם ברודער, משה, מיט זײַן פֿרוי.
משה האָט באַקומען אַ שיינעם נדן פֿונעם שווער — אַ ספֿר־תּורה, וואָס ער האָט מיטגעבראַכט אינעם יאָר 1903. דער נדן איז אים צו נוץ געקומען, ווען ער איז געוואָרן דער רבֿ אין דער שטאָט קלינטאָן, מאַסאַטשוסעטס. אין די 1920ער האָט זײַן קהילה אויסגעבויט די שיל, וואָס פֿונקציאָנירט נאָך אַלץ און הייסט „שערי־צדק‟. ווען מע פּראַוועט דאָרטן אַ בר־מיצווה, לייענט מען די אַלטע ספֿר־תּורה פֿון קאָלטאָנס עלטער־עלטער־פֿעטער, זיך דערמאָנענדיק וועגן די מיזרח־אייראָפּעיִשע שרשים פֿון דער קהילה. לייענט אינעם Forward נאָך אַ טוץ מעשׂיות וועגן חידושדיקע ירושה־חצפֿים: //forward.com/articles/198256/the-things-we-carried/
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.