הײַיאָר האָב איך געמאַכט דעם שווערן באַשלוס נישט מיטצופֿאָרן מיט די אַנדערע תּלמידים פֿון מײַן מיטלשול־קלאַס אויפֿן „מאַרש פֿון די לעבעדיקע‟ — אַן אָרגאַניזירטע נסיעה, וואָס ברענגט יונגע לײַט קיין פּוילן צו באַזוכן די אומברענג־לאַגערן, און דערנאָך קיין ישׂראל.
עפּעס האָט מיך געשטערט, אָבער פּינקטלעך וואָס דאָס איז געווען האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען, ביז כ׳האָב נישט איבערגעלייענט דעם מיינונג־אַרטיקל פֿון מעג בלום־גלאַזער, וווּ זי קריטיקירט דעם צוגאַנג פֿונעם נײַעם „9/11־מוזיי‟: //forward.com/articles/198649/step-right-up-to-sept–museum-and-see-my-husba/
דאָס וואָרט, וואָס פֿרוי בלום־גלאַזער ניצט איז „ספּעקטאַקל‟: „איך פֿיל זיך דאָ ווי בלויז אַ צוקוקער, וואָס זיצט אויף די ביליקע ערטער בעת אַ ספּעקטאַקל,‟ האָט זי דערקלערט, טענהנדיק, אַז דער נײַער מוזיי אין מאַנהעטן האָט צוגענומען בײַ איר אַפֿילו דעם מינסטן קאָנטראָל איבערן אָנדענק פֿון איר מאַן, וועלכער איז אומגעקומען אין די אַטאַקן.
„ספּעקטאַקל‟ איז אויך די בעסטע באַשרײַבונג פֿונעם „מאַרש פֿון די לעבעדיקע‟. יעדער קען גוט דאָס בילד פֿון די יוגנטלעכע אויף דער נסיעה: זיי גייען געאָרעמט, טראָגנדיק די זעלבע היט און העמדער — און אַוודאי, די ישׂראלדיקע פֿאָן — בעת זייער „מאַרש‟ איבערן רעלסן־וועג קיין אוישוויץ.
דאָס פֿלאַטערן פֿון דער ישׂראלדיקער פֿאָן אין די לאַגערן רופֿט בײַ מיר אַרויס אַ געוויסע אומבאַקוועמלעכקייט, ווײַל עס שילדערט ישׂראל — אויף אַ כּלומרשט אומשולדיקן אופֿן — ווי אַ סימבאָל פֿון פּערפֿעקטקייט, און ווי אַ זאַך, וואָס מיר מוזן אַלע כּסדר פֿאַרטיידיקן. דער אומבייגעוודיקער נאַציאָנאַליזם פֿון דעם סימבאָל איז אָבער היפּש איבערגעטריבן.
פֿרוי בלום־גלייזערס ווערטער באַשרײַבן פּינטקלעך מײַן אייגענע אַנטוישונג: „9/11 איז טאַקע געווען אַ גרויסע אבֿדה פֿאַרן ברייטן עולם, אָבער אַנשטאָט צו פֿאַרגעדענקען די פּערזענלעכע לעבנס פֿון די אומגעבראַכטע, זעט מיר אויס, ווי דער מוזיי עקספּלואַטירט זייער אומקום, כּדי צו דערציילן אַ מער אַלגעמיינע געשיכטע.‟
אינעם „מאַרש פֿון די לעבעדיקע‟, דערציילט מען אויך „אַ מער אַלגעמיינע געשיכטע‟: פֿריִער האָט מען אונדז פֿאַרשיקט אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן, און הײַנט לעבן מיר פֿרײַ אין מדינת־ישׂראל. דאָס האָבן די גרינדער פֿון דער אונטערנעמונג בכּיוון געמאַכט אַזוי. מײַנע מיט־תּלמידים האָבן מיר איבערגעגעבן, אַז די נסיעה האָט טאַקע געהאַט אַ געוויסן „סוררעאַליסטישן‟ עפֿעקט: בײַם אָנהייב פֿון דער נסיעה האָבן זיי זיך פֿאָרגעשטעלט ווי מע טרײַבט מיליאָנען ייִדן אין די גאַז־קאַמערן, און בײַם סוף — הוראַ! די ייִדן האָבן איצט אַ צוטריט צום כּותל־המערבֿי!
פֿרוי בלום־גלאַסער שרײַבט, אַז בעת דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿונעם „9/11־מוזיי‟ האָט מען געפּרוּווט, אויף אַ טעאַטראַליזירטן אופֿן, „אויסשפּילן‟ די טראַגעדיע אויף ס׳נײַ. דאָס איז בלויז איר סוביעקטיווער אײַנדרוק; אָבער אינעם „מאַרש פֿון די לעבעדיקע‟ איז דאָס בפֿירוש דער ציל פֿון די אָרגאַניזירער. אַפֿילו דער נאָמען „מאַרש פֿון די לעבעדיקע‟, וואָס פֿאַררופֿט זיך אויפֿן דרײַ קילאָמעטערדיקן שפּאַציר, וואָס די יונגע ייִדן מאַכן דורך פֿון אוישוויץ קיין בירקענאַו, „דאַרף דינען ווי אַ קאָנטראַסט מיט די טויטמאַרשן‟, ווי עס שטייט אויף דער וועבזײַט פֿונעם „מאַרש פֿון די לעבעדיקע‟.
לויט מײַן מיינונג, וואָלט געווען גענוג צו ווײַזן די תּלמידים די רעלסן, גאַז־קאַמערן און קרעמאַטאָריע, אַנשטאָט אַרײַנצוברענגען די מער טעאַטראַליזירטע עפֿעקטן.
איינער פֿון מײַנע מיט־תּלמידים האָט טאַקע באַמערקט, אַז נאָך דער נסיעה האָט ער אויף ס׳נײַ דערפֿילט די נייטיקייט צו באַשיצן ישׂראל. „ערשט ווען איך בין אָנגעקומען אין ישׂראל, האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען ווי וויכטיק ס׳איז געווען דער וויזיט קיין פּוילן.‟
און דאָס איז טאַקע דער חסרון.
מע קען פֿאַרשטיין די אינטענסיווע געפֿילן פֿון אַ מענטש, וואָס באַזוכט אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער, און דעם צווייטן טאָג געפֿינט ער זיך שוין אין דער פּרעכטיק־שיינער ייִדישער מדינה. אָבער דאָס אייביק שילדערן די קדושים ווי אַ סימבאָל פֿון ייִדישן שטאָלץ און באַנײַונג האָט, צום באַדויערן, פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון פּשוט באַערן די קדושים אַליין. פּונקט אַזוי ווי אין דעם „9/11־מוזיי‟, שפּילן זייערע פּערזענלעכע געשיכטעס הײַנט אַ קנאַפּע ראָלע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.