ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

אַ גרופּע אײַנוווינער פֿון „קלאַראַ‟ — די גרעסטע ייִדישע קאָלאָניע אין אַרגענטינע
Courtesy of jewishencyclopedia.com
אַ גרופּע אײַנוווינער פֿון „קלאַראַ‟ — די גרעסטע ייִדישע קאָלאָניע אין אַרגענטינע

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published May 29, 2014, issue of June 20, 2014.

דער „מאַרש‟ צו געדענקען דעם חורבן־אייראָפּע

דער צװייטער מאַרש צו דערמאָנען דעם חורבן איז פֿאָרגעקומען אין בוענאָס־אײַרעס, דעם 21סטן מײַ. טויזנטער יוגנטלעכע האָבן מאַרשירט איבער די גאַסן מיט פֿאַקלען און מיט פּלאַקאַטן צו דערמאָנען דעם חורבן, און קעגן אַנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאַציע. עס האָבן זיך באַטייליקט תּלמידים פֿון ייִדישע און ניט-ייִדישע מיטלשולן, סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע אוניװערסיטעטן, פֿאָרשטייערס פֿון פֿאַרשיידענע רעליגיעס און אינסטיטוציעס, דעפּוטאַטן און סענאַטאָרן.

עס האָבן אָרגאַניזירט דעם מאַרש די „דאַיאַ‟, דער אַרגענטינער דערציִונג־מיניסטעריום, ייִדישע שולן, דער דערציִונג־דעפּאַרטאַמענט פֿון דער קאַטעדראַל, עװאַנגעליסטישע געמיינדעס, ספּאָרט־קלובן און דער דערציִונג־דעפּאַרטאַמענט פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס.

נאָך דעם מאַרש און אויפֿן פּלאַץ, װוּ מען דערמאָנט דעם חורבן און װוּ מען װעט אין די קומענדיקע חדשים אויפֿשטעלן דעם מאָנומענט לזכר די קרבנות, האָבן גערעדט דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, און די פֿאָרשטייערין פֿון דער שארית־הפּליטה, חיקע גזשמאָט.


דער טאָג פֿון אַרגענטינעס אומאָפּהענגיקייט

דעם 25סטן מײַ האָט אַרגענטינע געפֿײַערט די מײַ־רעװאָלוציע פֿון 1810, װאָס איז געװען דער ערשטער פּרוּװ זיך צו באַפֿרײַען פֿון שפּאַניע. די פֿולשטענדיקע אומאָפּהענגיקייט איז פּראָקלאַמירט געװאָרן דעם 9טן יולי 1816. דער מינהג איז צו אָרגאַניזירן אַ מעסע אין דער בוענאָס־אײַרעסער קאַטעדראַל, און אויף דעם „טע דעום‟ האָבן זיך הײַיאָר באַטייליקט, װי אָנגעזעענע געסט, דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟, ד‟ר כוליאָ שלאָסער, און דניאל גאָלדמאַן — ראַבינער פֿון דער „בית־אל‟־קאָנגרעגאַציע.


אַ סעמינאַר פֿון רעליגיעזער טאָלעראַנץ

דעם 28סטן מײַ האָט די „דאַיאַ‟ דערעפֿנט אַ סעמינאַר אויף דער טעמע „זיך צוגרייטן צום צװישן־רעליגיעזן דיאַלאָג‟. קריסטלעכע, מוסולמענישע און ייִדישע לעקטאָרן װעלן רעפֿערירן אויף די פּרינציפּן פֿונעם דיאַלאָג, די געשיכטע פֿון די באַציִונגען, דעם קאַטאָליציזם, דעם פּראָטעסטאַנטיזם, דעם איסלאַם, די ייִדישע אָרטאָדאָקסיע, דעם קאָנסערװאַטיװער און רעפֿאָרם־ייִדנטום און דעם דיאַלאָג — „מדינת־ישׂראל און דער ציוניזם‟, צװישן אַנדערע טעמעס. מען װעט אַנאַליזירן פֿאַרשיידענע דאָקומענטן און שליסן דעם סעמינאַר, װאָס װעט אָנגיין צװיי חדשים, מיט אַ רונדן טיש מיט דער באַטייליקונג פֿון די לעקטאָרן.


אויפֿטרעטן צו פֿאַרדאַמען דעם אַטענטאַט אין בריסל

די שארית־הפּליטה און די קינדער פֿון צװייטן דור האָבן פֿאַרדאַמט דעם אַטענטאַט אויפֿן ייִדישן מוזיי אין בריסל און אויסגעדריקט דעם אומרו און זאָרג פֿאַר די רעזולטאַטן פֿון די װאַלן צום אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. זיי האָבן פּובליקירט דערקלערונגען און אויפֿגעטראָטן אין ראַדיאָ־ און טעלעװיזיע־פּראָגראַמען.


אַ צענטער לטובֿת 120 יאָר פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט דערעפֿנט אַ צענטער פֿאַר די ייִדישע אַגראַר־קאָלאָניעס אין אַרגענטינע. די צענטראַלע פֿאַרמאָגט בילדער, פֿילמען, אינטערװיוען, ביכער פֿון װיסנשאַפֿטלעכע אַרבעטן, װאָס פֿאָרשערס האָבן צוגעגרייט און אַ מאַפּע מיט דער געשיכטע פֿון יעדער קאָלאָניע. דער מאַטעריאַל איז ספּעציעל צוגעגרייט געװאָרן צו די 120 יאָר עקזיסטענץ פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה.


דער דירעקטאָר פֿון דער מאָנטעווידעאָ־קהילה — פּענסיאָנירט

אַבעל בראָנשטיין, װאָס איז געװען במשך 32 יאָר דער דירעקטאָר פֿון דער קהילה איז מאָנטעװידעאָ, איז באַערט געװאָרן דעם 28סטן מײַ צו זײַן פּענסיאָנירן זיך. ער האָט דערציילט אינטערעסאַנטע עפּיזאָדן און אַנעקדאָטן, װאָס ער האָט ביז איצט ניט דערציילט, און ס׳איז כּדאַי זיי זאָלן פּובליקירט װערן, װײַל זיי באַשײַנען אויף אַן אינטערעסאַנטן אופֿן די געשיכטע פֿון ייִדן אין אורוגװײַ.


חודשלעכער ייִדיש־טיש

מאָנטיק דעם 26סטן מײַ איז דורכגעפֿירט געװאָרן אין ייִװאָ דער חודשלעכער ייִדיש־טיש, װוּ אַ גרויסער עולם איז געקומען אויסצוהערן די לעקציע װעגן קללות און ניבול־פּה אויף ייִדיש, און שמועסן און דערציילן װעגן זייערע דערפֿאַרונגען. דער צוזאַמענקום, בײַ אַ גלאָז טיי, פֿאַרזאַמלט װאָס אַ מאָל אַ גרעסערן עולם, װאָס קומט אויסהערן אַ ייִדיש װאָרט.


אַ לעקציע פֿון „וואַלענבערג־פֿונדאַציע‟

אָרגאַניזירט פֿון דער „װאַלענבערג־פֿונדאַציע‟, האָט אַלעקסיס בולגאַרי געהאַלטן אַ לעקציע װעגן זײַן משפּחה אין דעם יורידישן פֿאַקולטעט פֿון דעם קאַטוילישן אוניװערסיטעט. ער איז אַן אייניקל פֿון דעם גרינדער פֿון דער באַרימטער פֿירמע „בולגאַרי‟, אַ זון פֿון קאָנסטאַנטין בולגאַרי, װאָס האָט געראַטעװעט ייִדן בעת דעם חורבן און איז באַשטימט געװאָרן פֿון יד־ושם װי איינער פֿון די „חסידי־אומות־העולם‟. ער האָט דערציילט, װי אַזוי זײַן פֿאָטער האָט ריזיקירט מיטן לעבן און באַהאַלטן אין זייער היים אין רוים 3 ייִדישע פֿרויען, װאָס ער האָט ניט געקענט און זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דער געטאָ.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.