אוי, די פּלוידערזעק!

Those Chatterboxes!


פֿון הערשל גלעזער

Published June 01, 2014, issue of June 20, 2014.

מיט יאָרן צוריק האָט דער שרײַבער פֿון די שורות, אונטער אַ פּסעוודאָנים, אָפּגעדרוקט אינעם זשורנאַל „יוגנטרוף“ אַ פּאַראָדיע פֿון משה נאַדירס „רבי אלימלך“, וווּ כ’האָב זיך באַקלאָגט אויף די וואָס רעדן טאָג און נאַכט דורך זייערע מאָבילקעס. מיט דער צײַט איז די מעשׂה אַוודאי געוואָרן ערגער. יעדער מענטש וואָס מע זעט אין גאַס אָדער רעדט אַרײַן אינעם אַפּאַראַט, אָדער גלאָצט אויף דעם מיט די אויגן, זעט און הערט גאָר נישט וואָס ס’טוט זיך אַרום אים. ס’אַ נס, וואָס יעדער ווערט נישט איבערגעפֿאָרן פֿון אַן אויטאָ, אַזוי אַרײַנגעטאָן איז מען אין די מאָבילקעס.

הײַנט דאָס הויכע שמועסן! אין די אײַזנבאַנען האָט מען געמוזט אָפּטיילן ספּעציעלע וואַגאָנען, אַזוי גערופֿענע „שטילע“, וווּ דער עולם טאָר נישט רעדן הויך אָדער הערן הויכע מוזיק. ווײַזט אויס, אַז אויף דער וועלט זענען נאָך געבליבן אַ צאָל שווערע פּאַסאַזשירן אַזוי ווי איך, וואָס נאָך אַ טאָג אַרבעט ווילן זיי נישט הערן ווי אַ צווייטער שרײַט אַרײַן אין אַן אַפּאַראַטל, נאָר ווילן זיך אָפּרוען, אפֿשר כאַפּן אַ דרימל בשעת מע פֿאָרט אַהיים. חוץ דעם בין איך אַ שטיקל פֿאָנאָפֿאָב — רעדן טעלעפֿאָניש האָב איך נישט אַזוי ליב.

אָט, אַ שטייגער, בין איך דאָ נישט לאַנג אַהיימגעפֿאָרן. נישט מיט איין באַן פֿאָר איך, נאָר כ’מוז זיך איבערזעצן. צווישן די באַנען האָב איך דאָס מאָל געמוזט אויסוואַרטן אַ האַלבע שעה. נישקשה, אויפֿן וואַקזאַל קען מען זיך אַוועקזעצן באַקוועם, לייענען אַ צײַטונג בשעת מע וואַרט אויף דער מעלדונג, אַז ס’איז אָנגעקומען די באַן וואָס אויף איר וואַרט מען. זעץ איך זיך אַוועק אין מיטן פֿון אַ ליידיקער באַנק אין וואַרטזאַל, מאַך זיך היימיש, נעם אַרויס אַ נומער „פֿאָרווערטס“ און הייב אָן לייענען. איז דאָך גוט, טויג ערשט נישט — קעגן איבער מיר זיצט אַ מיטל־יאָריקע פֿרוי, אַ ייִדישע, אין פֿלוג אַ מענטש פֿון קולטור, נאָר פּלאַפּלט אַרײַן אין דער מאָבילקע אַזוי הויך! און דווקא וועגן אינטימע ענינים וואָס איך וויל זיי נישט הערן, און וואָס זי וואָלט אויך נישט געדאַרפֿט וועלן, איך זאָל זיי הערן… אַ פּנים, איז זי אַ פֿרומע שוויגער, וואָס איר שנור איז, נעבעך, ביטער — אַ בושה און אַ חרפּה, האָט בלויז פֿינעף קינדער, קען נישט ווערן טראָגעדיק מיט קיין זעקסטן. גייט די שנור אויף באַפֿרוכפּער־באַהאַנדלונג, ווי זי וואָלט געווען אַן עקרה. די גאַנצע משפּחה, ניין — די גאַנצע קהילה ייִדן גייט אויס פֿון עגמת־נפֿש איבער דער שנורס נישט מער האָבן קיין קינדער.

איז ווען די ייִדענע וואָלט גערעדט אויף מאַמע־לשון, וואָלטן פֿאַרשטאַנען נאָר יחידי־סגולה, נאָר זי רעדט, פֿאַרשטייט זיך, אויף דער לאַנדשפּראַך. ווי שעמט זי זיך נישט? די שנור אירע וויל דען, אַז אַ גאַנצער זאַל מיט פֿרעמדע מענטשן זאָל וויסן פֿון אירע צרות? אויב דאָס איז ווייניק, כאָכאָטשעט בשעת־מעשׂה די ייִדענע פֿון איר מיטשמועסערס חכמות, אַז סע פֿאַרקלינגט אַזש דעם גאַנצן אַרום. זיץ איך און וווּנדער זיך: בלויז מיר איינעם גייט זי אויף די נערוון?! כ’באַמי זיך אַרײַנטיפֿן זיך אין דער צײַטונג, נאָר ווייס איך וואָס, איר גרילצנדיק קול שלאָגט מיך אַרויס דערפֿון. הייב איך זיך אויף און גיי אַרויס אין קאָרידאָר אַרײַן, וווּ ס’איז טאַקע נישטאָ וווּ צו זיצן, נאָר דער איינציקער טומל איז פֿון די באַנען, ביז… ס’קומט אָן אַן אַנדער פּלוידערער. אַנטלויף איך שוין אויפֿן פּעראָן. דאָרטן איז פּוסט, ס’גייט אַ דריבנער רעגן וואָס פֿאַלט אויף דער צײַטונג, ס’בלאָזט אַ קיל ווינטל. באַהאַלט איך שוין די צײַטונג און ציטער אונטער פֿון קעלט. די איינציקע טרייסט: כ’בין דאָ איינער אַליין, די באַן איז נאָך נישטאָ, איז שטיל, אַ מחיה!

און ווײַל כ’קען מער נישט לייענען, פֿאַרווײַל איך זיך דורך אויסרעכענען אין געדאַנק אַלע ווערטער וואָס האָבן אַ שײַכות צום רעדן אָן אַ סוף:

ווי אַזוי קלינגט ס’רעדן?: מע באַלאַקעט, באַלעבעטשעט, בעלעמעקעט, ברײַעט, גאָגאָטשעט, גאָנערט, גראַגערט, קוואָקעט, פּויקט, קלאַפּט מיטן מויל;

ווי אַזוי לײַדט דער צוהערער?: מע דולט אים אַ קאָפּ, דרייט אים אַ ספּאָדיק, האַקט אים אַ טשײַניק; מע עגבערט אים דעם מוח, לעכערט אים די אויערן, מאַכט אים אַ לאָך אין קאָפּ.

נאָר ס’איז אַלץ אַרויסגעוואָרפֿן: מע שיט ווי פֿון אַ לעכערדיקן זאַק, פּלאַפּלט ווי אַ וואַסערל, רעדט ווי פֿאַרן טויט; מע צערעדט זיך ווי צוויי יענטעס, קוואָקעט ווי אַ רבֿ וואָס זוכט אַ רבנות.

אַחרון אַחרון: ווען טבֿיה, דער סאַמע באַרעדעוודיקער פֿון שלום־עליכמס, מוז לאָזן זײַן ווײַב, גאָלדע, קומען צום וואָרט, נעמט ער נקמה אין איר מיטן זייער נישט שיינעם טײַטשווערטל: שיבֿעה דבֿרים בגולם (אַ גולם האָט זיבן ווערטער), זאָגט מען אויף מאַמע־לשון: אַ ייִדענע האָט נײַן מאָס רייד…