דעם 1טן יוני וועט דער „ניו־יאָרקער מאַנדאָלינען־אָרקעסטער‟ פּראַווען זײַן 90סטן יאָרגאַנג מיט אַ קאָנצערט אין מאַנהעטן. דער רעפּערטואַר וועט אַרײַננעמען אַ וויוואַלדי־קאָנטשערטאָ און „בלוז‟ פֿון סיינט־לויִ. געגרינדעט אין 1924 דורך אַ רוסישן ייִד, שמואל פֿורסטמאַן, איז דער אָרקעסטער לכתּחילה געווען פֿאַרבונדן מיט דער לינקער צײַטונג, „פֿרײַהײַט‟. אַ שטיקל צײַט האָט מען בעת די קאָנצערטן געשפּילט סײַ די נאַציאָנאַלע הימנע, סײַ דעם „אינטערנאַציאָנאַל‟.
„די זינגער זענען געווען אייראָפּעיִש־געבוירענע און ס׳איז געווען אַ טייל פֿון זייער קולטור,‟ האָט דערקלערט ביל נאַפּ, אַן אַקאָרדיאָן־שפּילער, וועלכער באַטייליקט זיך שוין אינעם אָרקעסטער מער ווי 30 יאָר לאַנג. „ס׳איז זיי געגאַנגען אין לעבן זיך אויסצולערנען די לידער, און זיי איבערגעבן אַנדערע.‟
איין לאַנג־יאָריקער שפּילער אינעם מאַנדאָלינען־אָרקעסטער איז דער „בלוגראַס‟־ווירטואָז באַרי מיטערהאָף. ער האָט באַקומען זײַן ערשטע מאַנדאָלין פֿון זײַן מומע, סילוויאַ רובען, וועלכע האָט אַליין געשפּילט די מאַנדאָלין אין אַן אָרקעסטער אין ניואַרק, ניו־דזשערזי. מיטערהאָף, וועלכער טרעט אויף די טעג מיט דער מוזיקאַלישער גרופּע „האַט טונאַ‟, האָט זיך אָנגעשלאָסן אינעם ניו־יאָרקער מאַנדאָלינען־אָרקעסטער אין 1976 און האָט במשך פֿון צוועלף יאָר געדינט ווי זײַן דיריגענט. אינעם קאָנצערט זונטיק וועט ער זיך אויך באַטייליקן.
„ווען איך בין אָנגעקומען אין 1976, זענען געווען זייער ווייניק ׳יונגע׳ שפּילער — דאָס הייסט, מענטשן אונטער 50,‟ האָט מיטערהאָף געזאָגט דעם Forward. „אַלע זענען געווען געוועזענע אַרבעטער פֿון פֿאַבריקן און סוועטשעפּער.‟
ווען איך האָב צום ערשטן מאָל געשריבן אַ רעצענזיע וועגן דעם אָרקעסטער אין 1992, האָט מען מיך באַקענט מיט צוויי מיטגלידער — דזשעק און פֿלאָרענס מעלמאַן, רוסיש־געבוירענע ייִדן, וואָס האָבן שטאָלצירט מיט זייער יוניאָן־מיטגלידערשאַפֿט. פֿרוי מעלמאַן האָט אַ מאָל געאַרבעט ווי אַן אָפּערייטאָר אין אַ טאַשן־פֿאַבריק, און איר מאַן — אין אַ פֿאַבריק פֿון טשעמאָדאַנען.
ביידע מעלמאַנס זענען שוין אויף יענער וועלט, און דער ניו־יאָרקער מאַנדאָלינען־אָרעקסטער איז דער איינציקער, וואָס איז פֿאַרבליבן פֿון זיבן אַזעלכע, אַרײַנגערעכנט איין אַרקעסטער, פֿאַרבונדן מיטן „אַרבעטער־רינג‟, און אַ צווייטן מיטן „אינטערנאַשאָנאַל ליידיס גאַרמענט וווירקערס יוניאָן‟.
מיטערהאָף האָט לעצטנס באַוויזן צוצוציִען נאָך שפּילערס פֿון דער „בלוגראַס‟־וועלט. איינער פֿון די נײַסטע מיטגלידער איז לייאַ וועלס, וועלכע שפּילט אויך באַנדזשאָ. זי האָט זיך אָנגעשלאָסן מיט בלויז צוויי חדשים צוריק. אײַרין ראָבערטס שפּילט שוין אָבער 27 יאָר, פּונקט ווי איר מאַמע האָט געטאָן מיט יאָרן פֿריִער.
„ווען איך האָב זיך ערשט אָנגעשלאָסן, האָט באַרי מיטערהאָף מיר געזאָגט: ׳ווען דו שליסט זיך אָן אינעם אָרקעסטער, איז עס נישט בלויז אויף 1 יאָר, נאָר אויפֿן גאַנצן לעבן,׳‟ האָט פֿרוי ראָבערטס געזאָגט. „און ער איז טאַקע גערעכט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.