אַ מאַן, וואָס איז אַרעסטירט געוואָרן אויס חשד, אַז ער איז דער מערדער פֿון פֿיר מענטשן אינעם „בריסלער ייִדישן מוזיי‟ האָט, אין אַ ווידעאָ, אָנגענומען דאָס אַחריות דערפֿאַר.
אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ זונטיק האָט דער בעלגישער פֿעדעראַלער פּראָקוראָר פֿרעדעריק וואַן ליו, דערקלערט, אַז אין אַ ווידעאָ, וואָס מע האָט געפֿונען נאָכן אַרעסט פֿון מעכדי נעמוש אין אַן אויטאָבוס־ און באַן־סטאַנציע אין מאַרסיי פֿרײַטיק, הערט מען נעמושס קול, ווי ער דערקלערט, אַז ער טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן אַטאַק און די מאָרדן דעם 24סטן מײַ. נעמוש האָט געפּרוּווט צו פֿילמירן דעם אַטאַק מיט זײַן פֿילמיר־אַפּאַראַט, האָט וואַן ליו געזאָגט, אָבער ס׳איז אים נישט געלונגען.
נעמוש איז אַרעסטירט געוואָרן אויף דער סטאַנציע „סען שאַרל‟, נאָכן אָנקומען אין מאַרסיי אין אַן אויטאָבוס, וואָס איז אַרויסגעפֿאָרן פֿון אַמסטערדאַם און געפֿאָרן דורך בריסל.
לויט TF1, אַ פֿראַנצויזישער טעלעוויזיע־קאַנאַל, האָבן די צאָל־באַאַמטע אָפּגעשטעלט נעמוש צוליב אַ רוטין־קאָנטראָל, אָבער ער האָט זיי נישט געלאָזט עפֿענען זײַן זאַק. די באַאַמטע האָבן געהייסן אַלע פּאַסאַזשירן צו פֿאַרלאָזן דעם אויטאָבוס, געעפֿנט זײַן זאַק און געפֿונען „די זעלבע סאָרט וואָפֿנס, וואָס מע האָט געניצט אינעם אַטאַק דעם 24סטן מײַ אין בריסל‟, האָט אַן אַנאָנימער קוואַל געזאָגט.
נעמוש איז געוואָרן אַ ראַדיקאַלער דזשיהאַדיסט בעת ער איז געזעסן אין תּפֿיסה אין פֿראַנקרײַך אין 2009 פֿאַר באַוואָפֿנטער רויב. אין 2012 איז ער געפֿאָרן קיין בעלגיע, און פֿון דאָרט — קיין סיריע, וווּ ער איז געוואָרן אַ קעמפֿער אינעם קאָנפֿליקט דאָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.