מער ווי אַכציק ייִדישע שרײַבערס פֿון אויסטראַליע, אַמעריקע און מדינת־ישׂראל זײַנען זיך צונויפֿגעקומען בײַם צווײ-טאָגיקן ערשטן מעלבורנער ייִדישן שרײַבער-פֿעסטיוואַל. דער עולם האָט גענאָסן פֿון וואַרשטאַטן וועגן הומאָר, מעדיאַ, רעליגיע, ביאָגראַפֿיע, נוראָטיקע, לאַנדשאַפֿט און קינדער-ליטעראַטור. די טעמע פֿונעם פֿעסטיוואַל איז געווען „אַלץ האָט זיך אָנגעהויבן פֿונעם וואָרט‟. די אָרגאָניזאַטאָרן זאָגן, אַז זיי וועלן באַלד אָנהייבן אַרבעטן אויפֿן צווייטן מעלבורנער ייִדישן שרײַבער-פֿעסטיוואַל, וואָס וועט פֿאָרקומען איבעראַיאָר אין 2015.
דער נײַער דאָקומענטאַר-פֿילם וועגן דעם געזאַנג פֿון ווילנער געטאָ, „די לידער, וועלכע זיי האָבן געזונגען‟, איז געמאַכט געוואָרן פֿון אַ נישט-ייִדישן אויסטראַלישן רעזשיסאָר. ער האָט פֿילמירט אינטערוויוען און קאָנצערטן אין ווילנע, מעלבורן, ניו-יאָרק, פֿראַנקרײַך און אין מדינת־ישׂראל. דער פֿילם קאָנצענטרירט זיך אויף די געטאָ־לידער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער און שמערקע קאַטשערגינסקי. די אָרגאָניזאַטאָרן האָפֿן, אַז דער פֿילם וועט קענען געוויזן ווערן אין ירושלים, ניו-יאָרק, בערלין, לאָס־אַנדזשעלעס און, פֿאַרשטייט זיך, אין ווילנע.
די נאַציאָנאַלע קונסט-גאַלעריע, וואָס געפֿינט זיך אין מעלבורן, האָט געקויפֿט די מאָלערײַ „דער מענטשן-קאָפּ‟ אין 1940. מ’האָט געמיינט, אַז דער גרויסער מאָלער ווינסענט וואַן גאָך איז דער מאָלער פֿון דעם בילד, און אַז די מאָלערײַ איז איצט ווערט אַן ערך פֿינף מיליאָן אַמעריקאַנער דאָלאַרן.
די פֿאָר-געשיכטע פֿון דער מאָלערײַ איז, אַז זי האָט פֿריִער געהערט צום בערלינער ייִד ריכאַרד סעמעל, וועמען די נאַציס האָבן געצוווּנגען צו פֿאַרקויפֿן זײַן קונסט-זאַמלונג בחצי-חינם, כּדי צו באַצאָלן די שטײַערן, וועלכע ייִדן האָבן געדאַרפֿט באַצאָלן, אויב זיי האָבן געוואָלט פֿאַרלאָזן נאַצי-דײַטשלאַנד. די אויסטראַלישע גאַלעריע האָט געקויפֿט די מאָלערײַ אין אייראָפּע מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער פֿאַרקויפֿער האָט גאָרניט ניט דערציילט וועגן סעמעלן.
סעמעלס יורשים, וועלכע וווינען אין דרום-אַפֿריקע, האָבן געפֿאָדערט, אַז די גאַלעריע זאָל זיי אומקערן די מאָלערײַ, וועמענס ווערט איז איצט געשאַצט אויף צוויי הונדערט טויזנט אַמעריקאַנער דאָלאַרן, ווײַל זי איז נישט איינע פֿון וואַן גאָכס ווערק. די גאַלעריע זאָגט, אַז זי פֿאַרשטייט איר פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט אויסצופֿאָרשן דעם ייִחוס פֿון קונסטווערק בכלל און, דער עיקר, פֿון ווערק, וואָס זי האָט געקויפֿט אין אייראָפּע צווישן 1933 און 1945, ווײַל די נאַציס האָבן געגנבֿעט פֿיל קונסטווערק און אויך געצוווּנגען ייִדן און אַנדערע צו פֿאַרקויפֿן זייערע זאַמלונגען. דער מעלבורנער חורבן־צענטער און מוזעום האָט געלויבט די גאַלעריע, וואָס זי קערט אום די מאָלערײַ צו סעמעלס יורשים, נאָר ער האָט געטאַדלט די גאַלעריע פֿאַר וואַרטן זיבעציק יאָר ביז די יורשים זײַנען געקומען צו איר צו מאָנען די מאָלערײַ.
די אויסטראַלישע רעגירונג האָט געמאָלדן, אַז זי באַטראַכט די מעגלעכקייט נישט אַרײַנצולאָזן דעם אַנטיסעמיטישן בריטישן קאַטוילישן בישאָפּ ריטשאַרד וויליאָמסאָן, וואָס איז דערצו אַ חורבן-לייקענער, אין לאַנד. וויליאַמסאָן פּלאַנירט צו באַזוכן אויסטראַליע במשך פֿונעם יאָר. דער פֿריִערדיקער פּויפּסט בענעדיקט האָט געמאָלדן, אַז וויליאַמסאָן טאָר נישט דורכפֿירן די פֿליכטן פֿון אַ קאַטוילישן בישאָפּ ביז ער וועט נישט אַנערקענען, אַז דער חורבן איז טאַקע פֿאָרגעקומען, און אַז די נאַציס האָבן טאַקע אומגעבראַכט זעקס מיליאָן ייִדן. די „אַנטי-דעפֿימאַציע ליגע‟ פֿון „בני־ברית‟ האָט גערופֿן די קאַטוילישע קירכע אין אויסטראַליע צו טאַדלען וויליאַמסאָנען און זײַן פּלאַנירטע רײַזע. פֿאָרשטייערס פֿון דער לאָקאַלער ייִדישער קהילה זאָגן, אַז זיי שמועסן מיטן אימיגראַציע־מיניסטער, וואָס דאַרף באַשטימען, סוף־כּל־סוף, צי וויליאַמסאָן וועט אַרײַנגעלאָזט ווערן אין לאַנד אָדער נישט.
דער זיבן־יעריקער אלי ראַוכבערגער לערנט זיך אין צווייטן קלאַס פֿון מעלבורנער „הר-הצופֿים־שול‟, און ער רעזשיסירט פֿילמען אויף זײַן קאָמפּיוטער שוין דרײַ יאָר. ער באַזוכט אַפֿילו פֿילם־פֿעסטיוואַלן. ראַוכבערגערס פֿילם „דאָס צוקערקע-געיעג‟, איז אַ פֿינאַליסט אין אַן אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם-פֿעסטיוואַל פֿאַר קינדער פֿון צוויי יאָר ביז פֿופֿצן יאָר. דער 5־מינוטיקער פֿילם דערציילט וועגן אַ מאָנסטער, וואָס עסט אויף אַ קיכל-הויז. דער אײַנוווינער פֿונעם הויז און זײַנע חבֿרים בויען צוריק אויף דאָס הויז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.